צצת, עמפמ1נז} עפ1םתמ1נצ 8 1611 6אעמ2ת21ע9פ אעצע1פ

3 +.ס א

א וצטגע

עתטז! 0690212+ |ס01סצ

{וט 851016סט 111066 05ט? 16ססט 11115 וס1696/0011ט +1וסווםוחזזסת {/זוזם?1 011:86150/1 1716 יז 101671 14 ו1401/1/16180 5/16160 .זכ

מצטדא מעזזז גנפזפפנצ עס א0ס1זדשסע 6011 מ/8ת660 מגזז1 תסע סאנפאטע מת84מז זאצסטע 1א/ טס 4 צטם דתא,ע אז /0595181? ממתזא פא,טעץ אסזנזאמאטס?ע את8214968440 /2,,/מ3/)2 סאג, מזטאעם

2

א נאת:) 8008 בפוסםס1צ 41 8,110 ,וו

9 211ע9 ,81,455 , 1451 11 1 4,

אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א פדדעפט4-4 ,59 , 1דפ עט דע

60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413

)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ

עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ

;צם פעפונצסעע ,לע

4 1 01960ט) 1006 1

1 1זט06ץט) 106 67 4716/ /ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116 101111601101 1 ז111/50//10 חזחטזסם הוח 100016 8160 208 06 +ז6ט10 1ס1011110011 16/3008 151911160118 0561 .כן /161

1010111115/6 800 614 5001 101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן 2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא ז6116) 000 310615/1 8 1101

{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1 זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04 .151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8

1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1 תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז -1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס -- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1 .18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 024204ס 16256קן

ייטרונק פּוילן

זכרונות און בילדער

י? טרונק

פוילן

זכרונות און בילדער

פינפט בוך

פַרץ

פאַרלאָג ,, אונזער צייט" ניײיאָרק, 1949

אאטםז { .{ א }{וסס

מצ!ת צססם

9 86ה1צצסל) צט 5817 תמפאנז 48/ 2281

דס 230115864 5411' מטפֿאט 46/ זע ,2 עז0ס 1 שס)! ץגש1גס:ם ם 175

44 .5 .11 ם} 16

. דס 1440664 . 0044 סאאנעיאאוזמם מאסזאעמט 627 א+ס + שטאן אי 199

שלמה מענדעלסאָנען אין ליכטיקן געדעכעניש

אינהאַלט

זייט

קאַפּיטל איינס

העברעאיש --- די שפּראַך פון דו טרונקס, וודיש -- די שפּראַך פון די גזשיװאַטשעס -- -- 18

קאַפּיטל צוויי מנחם דער פּיאָנער -- -- -- 91

קאַפּיטל דריי פרושמאַן און פּרץ -- -- -- 99

קאַפּיטל פיר אין דער יידישער לימעראַטור קוקט מען אווס דעם נאַמוראַ- ליזם אי אי א אי 5 0 ע2

קאַפּיטל פינף

שמעון קראטקע דערצוילט פון קונסט און פון ארץ-ישראל 45

קאַפּיטל זעקס טאָטשעט הלבשח -- --- -=- --- 08

קאַפּיטל זיבן

פּרץ און יעקב דונענואָן --- --- 69 קאַפּיטל אַכט לוציאן א א א א א אט

זייט קאַפּיטל ניין פּרץ וועגן רייוינען - --= -- 79 קאַפּיטל צען ,דער יוד" א א א יי יט קאַפּיטל עלף

,איילט זיך נישט, טרונק" -- 08

קאַפּיטל צוועלף די זאַמלביכער ,יידיש? -- -- 101

קאַפּיטל דרייצן ,די קאָזע" דח די דיה היה --- 109

קאַפּיטל פערצן

שלום עליכמס באַציאונג צו מּרצן די דדד דיה הדות דיי ה-- 117

קאַפּיטל פופצן קאפּולעט און מאָנטאגאָ --- --- 198

קאַפּיטל זעכצן ר' יעקב װאָידיסלאַווסקי וויל זיך נישט פאַרלאָזן בלויז אויפן בלינדן מול דד די דיי הי --- 188

זייט קאַפּיטל זיבעצן

װואַרשעװוער גבירות'שאַפט און לאָדוש --- --ח דדך דייה דידי 148

קאַפּיטל אַכצן

דו חשובע שאָטענעס פון ואַר- שע איבער דו לאָדושער ביא- לערס -- די דיה דיה היה --- 149

קאַפּיטל ניינצן

ווער קאָן װויסן די ועגן פֿון דער ליבשאַפט? -- -- -- 187

קאַפּיטל צװאַנציק

די צוימם לויפט וי אַ פֿאָדים אויף אַ שפּינראָר --- --- -- 108

קאַפּיטל איין און צװאַנציק רחלע כאַָפּט פּעטש --- -- -- 169

קאַפּיטל צוויי און צװאַנציק לאָדזש אַ שמאָט פון קינסטלער

און פאַנטאַסטן -- -- -- -- 177

קאַפּיטל דריי און צװאַנציק אונטער דו לאַמטערנעס -- --- 126

קאַפּיטל פיר און צװאַנציק װעגעמטאַריש בחזקת הכּשרות --- 101

קאַפּיטל פינף און צװאַנציק

די ,װעגעמאַ? און די קינדער פון דו מוועס -- -- -- -- 197

קאַפּיטל זעקס און צװאַנציק פּרץ און לאָדוש --- --- --- -- 207

זייט קאַפּיטל זיבן און צװאַנציק

מיט פרצן אין זוידן ברוכ'ס קאָמש אויף די דלוטאָװער וועגן -- == דוה די דיה --- 217

|‏ קאַפּיטל אַכט און צװאַנציק

כ'גרויט מיך אַרויסצוגעבן מוון ערשט ביכל נאָװעלן און

| כ'גרויט מיך צו פאָרן קוון ארץ-ישואל =- -- =-- --- 228

קאַפּיטל. ניין און צװאַנציק דער מיטללענדישער ים -- -- 281

קאַפּיטל דרייסיק

די ברעגעס פון מצרים מווכן אויף אין די האָרוזאָנטן --- 286

קאַפּיטל איין און דרייסיק

דו טונקעלע גרינע לאַנדשאַפטן פון חומש יד דידט דדיה וז --- 980

קאַפּיטל צוויי און דרייסיק ‏

דאָס אַלטע מצרים אין שלאָף פון דער פאַרגאַנגענהויט -- 945

קאַפּיטל דריי און דרייסיק - אין דו פֿינצטערע מצרושע נעכט 251

קאַפּיטל פיר און דרייסיק

אויף לבנהדיקע אוונואַמקווטן צווישן ואַפער און הומל -- 957

קאַפּיטל פינף און דרייסיק דאָס לאַנד כּנען -- -- -- -- 261

זיימ זייט

קאַפּיטל זעקס און דרייסיק קאַפּיטל ניין און דרייסיק געואַנג צו דער שמאָט ורושלום 964 עס איז נישט קוין לויכמער וועג קיין צפת -- -- -- --- 991

קאַפּיטל זיבן און דרייסיק די ערד איז אַ ערפֿורכטיקער שטערן די די דית דיה היה הי 207

קאַפּיטל פערציק דער גרויסער מקובל פון ארץ- ישראל --- די די דיה הי = 20

קאַפּיטל אַכט און דרייסיק קאַפּיטל איין און פערציק צפֿת -- ירושלים של מעלה 988 ווין דח היה זיד דיה --- --- 808

קאַפּיטל איינס.

העברעאיש -- די שפּראַך פון די טרונקס, יידיע) -- די שפּראַך פון די גזשיוואַטשעס. דאָס צוױייטע מאָל צו פרצן יעקב דינעזאָ. איך זע דאָס ערשטע מאָל די יינגערע יידישע שריפטשטעלער.

צוגלייך מיט העברעאיש האָב איך אויך געשריבן יידיש. נישט מער, װאָס מיינע יידישע שריפטן האָב איך נישט באַטראַכט װי די אייגנטלעכע זאַכן פון מיין אינערלעכן יום-טוב. אין העברעאיש האָב איך געגלויבט אויסצודריקן מיינע געדאַנקלעכע שטימונגען, מיינע חשבון-הנפשס און דעם טעמפּעראַמענט פון מיינע באַטראַכטענישן. אין יידיש האָב איך גיכער געשריבן זאַכן פון מיין סביבה און איבערהױיפּט פון דעם נאַטור-געפיל װאָס איז אין מיר פון תמיד װאַך געווען,. -- מחמת איך האָב מיינע קינ" דער-יאָרן פאַרברענגט אויפן דאָרף און שפּעטער האָב איך דאָרט פאַר- ברענגט גאַנצע חדשים פון מיין לעבן. מיט יידיש -- האָט זיך מיר אויסגעדוכט --- קומען אַרױס פון מיין נשמה אָט די אַלע שמעקנדיקע פעל- דער, לאָנקעס און סעדער צווישן וועלכע איך בין געבוירן און דערצויגן געװאָרן. אין העברעאיש שווימט אין מיר צוריק אויף די גמרא און דער אינטעלעקט פון מיין פאָטערס משפּחה. העברעאיש איז געווען די שפּראַך פון די טרונקס. יידיש -- די שפּראַך פון די גזשיװאַטשעס און פון זיידע ברוך, |

גייענדיק מיטן פעטער יאָסל צו פּרצן איז מיר דעריבער אויסגעקומען דאָס ריכטיקסטע דווקא זיך צו וייזן פאַר אים פון דער זייט פון מיין אינטעלעקט. כ'האָב מיטגענומען בלויז מיינע העברעאישע כתבים. דער פעטער יאָסל, וויפל ער האָט פיינט געהאַט רבנים און גמרא, און וויפל ס'האָט אים נישט געזאָלט אימפּאָנירן די האַװערישע פּראָסטקײט פון די לאַמס -- אין תוך איז ער פאַרבליבן אַן אינטעלעקטועלער טרונק און ר' יהושיעלע קוטנערס אַן אייניקל. ער האָט זיך נאָר גערעכנט מיט

15

16 ו, ו. מרונס

מיינע העברעאישע דערגרייכונגען. יידיש האָט ער געהאַלטן פאַר אַן ענין פון דער עם-הארצישער מאַסע. ער איז געווען משכיל דורך און דורך. װאָס װעל איך דאָ קומען צו פּרצן מיט יידיש ווען איך שרייב אַזאַ פיינעם העברעאיש און קאָן מיך דאָרט אויסדריקן געדאַנקלעך און אינטעלעק- טועל. װאָס װעל איך פּרצן דערציילן פון פעלדער און סעדער וען איך קאָן אים ווייזן עפּעס בעסערס און עפּעס העכערס.

דאָס צווייטע מאָל גיין צו פּרצן און אים ברענגען -- וי ער האָט מיך געהייסן --- מיינע כתבים אויף יידיש, האָב איך שוין געמוזט טאָן אַלײן און אויפן חשבון פון מיין אייגענעם מוט. עס איז מיר שווער אָנגע- קומען און איך האָב עס פאַרצויגן פון טאָג צו טאָג, נאָך אַמאָל שרייבן קיין לובלין צום פעטער יאָסל אַז ער זאָל קומען און מיט מיר ווידער אַמאָל גיין צו פּרצן האָב איך נישט געקאָנט, איך האָב מיך געשעמט פאַר מיר אַליין צו זיין אַזױ אומבאַהאָלפן און איך האָב מורא געהאַט אויסצו- קומען לעכערלעך פאַר פּרצן, אָבער װאָס מער איך האָב אָפּגעלײגט מיין אַרויפגײן צו פּרצן אַלץ מער האָט זיך מיר אויסגעדוכט אַז ער האָט מיך שוין פאַרגעסן און ער װעט מיך נישט דערקענען און אָפּפאַרטיקן ביי דער טיר. איך האָב פאָרט געמוזט מנצח זיין אין מיר אַלע שרעקן און מוט- לאָזיקײיטן און ענדלעך באַשלאָסן -- װאָס עס זאָל נישט געשען -- מוז איך אַליין נעמען מיין גורל אין דער האַנט או! מאַכן דעם דעצידירנדיקן שריט, |

אַרופגײענדיק צו פּרצן האָבן זיך אין מיין געמיט נאָך אַמאָל אי- בערגעחזרט די אַלע בילדער פון דעם ערשטן ויזיט. די שטיינער און די הייזער אויף דער גאַס זיינען מיר געקראָכן אין די אויגן אַרײן. צו" קומענדיק צו עק צעגלאַנע און געזען דעם פאַבריק-קוימען און דאָס גרויסע קאַזאַרמע-הױז וואו פּרץ וואוינט, האָט מיר אָנגעהויבן צו פאַרפעלן מוט און אָטעם. כ'האָב מיך אָפּנעשטעלט, כ'האָב געוואוסט, אַז אויב נישט איצט איז שוין קיינמאָל נישט. כ'האָב צוזאַמענגענומען מיין גאַנצע ענער- גיע. און אָט בין איך שוין געשטאַנען פאַר פּרצעס טיר און אַ צי געטאָן פאַרן גלאָק,

כ'האָב ווידער געהערט וי עס שליסט זיך די טיר פון אינעװייניק. די טיר האָט זיך געעפנט. אויף דער שװעל איז װידער געשטאַנען י. לי

פּוילן 17

פּרץ אין דער סאַמעטענער קורטקע און אין די אויף דער העלפט-איבער- געשניטענע בינאָקלעס.

איך האָב מן-הסתם געמוזט זיין זייער ווייס אויפן פּנים. פּרץ האָט זיכער באַמערקט מיין גרויסע אינערלעכע דערשראָקנקייט. ער האָט זיך צו מיר זייער פריינטלעך אויסגעשמייבלט. --

| --- פאַרװאָס האָט מען אייך נישט געזען ביז איצט, טרונק! -- האָט

ער געזאָגט, --- קומט אַריין און טוט זיך אויס דעם פּאַלטן. איר האָט עפּעס געברענגט אויף יידיש?

דערזעענדיק אַז פּרץ האָט מיך דערקאָנט און ער האָט געדענקט אַפילו מיין נאָמען זיינען אַלע שווערע שטיינער מיר אַראָפּגעפאַלן פון האַרץ.

פּרץ האָט געװאַרט ביז איך האָב מיר אױיסגעטאָן דעם פּאַלטן. דאַן האָט ער מיך אַריינגעפירט אין זיין קאַבינעט.

דער שרייב-טיש איז װוידער פול געווען מיט בלומען און געוויקסן. נישט מער, װאָס ביים טיש איז געזעסן אַ דריבנע מענטשעלע מיט אַ גראָען קאָפּ און מיט אַ גראָ בערדל. ער איז געווען זייער פאַרטיפט אין מאַכן פּאַפּיראָסן,

-- דאָס איז יעקב דינעזאָן, -- האָט פּרץ געזאָגט, -- שטעלט זיך פאָר. --- יעקב דינעזאָן האָט אויפגעהערט צו מאַכן פּאַפּיראָסן און זיך אויף מיר אומגעקוקט. איך בין געווען ביי אים אַ פּנים-חדשות, אַ יונגער- מאַן אין אַ לאַנגער יידישער קאַפּאָטע. איך האָב מיט גרויס ערפורכטיקייט אָנגעקוקט יעקב דינעזאָנען, אָט-אָ דאָס דריבנע גראָע מענטשעלע איז דער באַרימטער מחבר פון ,שװאַרצן יונגנמאַנטשיק* און פון ;יאָסעלע", אַ- ביכל ביי וועלכן איך האָב פאַרגאָסן טייכן מיט טרערן. מיין מאַמע האָט זיך דערביי צעוויינט אויפן הויכן קול. דער האַרטער זיידע ברוך האָט זיך לייענענדיק צעהעשעט אין בעט און געזוכט אַ שטעקן צו דערלאַנגען בערלען דעם אַכזריותדיקן מלמד. פּרצעס שטוב האָט ביי מיר אָנגעהויבן אויסצוזען װי אַ לעגענדע אין וועלכער עס דרייען זיך אַרום די פּערזאָנען פון מיינע העכסטע פאָרשטעלונגען. פּרץ האָט באַלד צו אים געזאָגט:

-- דאָס איז דער יונגערמאַן פון וועלכן איך האָב דיר דערציילט, אַלטער. ס'וועט אפשר פון אים עפּעס זיין. דאָ האָט ער זיך ווידער גע" װאָנדן צו מיר:

-- זעצט זיך אַװעק צום טיש און ווייזט װאָס איר האָט.

18 ו; ו, טרונק איך האָב אַרױסגענומען פון דער קעשענע אַ קליינע נאָוועלע און אים דערלאַנגט. ס'איז געווען אַ דערציילונג פון אונזער דאָרף דלוטאָ. די דערציילערישע פאַבולע איז נאָך געווען אַ צעשוואומענע און שלעכט- קאָנסטרואירטע. דער עיקר זיינען דאָרט געווען די לאַנדשאַפטלעכע מאָ- טיוון. אויף אַ סענטימענטאַלן אופן האָב איך געשילדערט די דלוטאָװער לאָנקעס, פּרץ האָט געלייענט און געמישט די בלעטער. ער האָט מיר געזאָגט עטלעכע קאָמפּלימענטן און אַז הגם די זאַך האָט אַ סך חסרונות פונדעסט- וועגן געפעלט זי אים זייער, ער ראָט מיך דווקא פּרואוון שרייבן ענלעכע זאַכן, ער גלויבט אַז דאָס איז מיין וועג אויף וועלכן איך װעל עפּעס דער" גרייכן. פון אייך װאַקסט אַ שעפער- פּאַסטוך) דיכטער" -- אַזױ, געדענק איך, האָט זיך פּרץ דעמאָלט אויסגעדריקט. דערביי האָט ער גענומען אַ פעדער, געפּרואווט קאָרעגירן אַ סך זאַצן און אויסצוטוישן אַ סך ווער" טער און אויסדרוקן. פּרץ האָט דאַן געהאַלטן אַז אין יידיש דאַרף מען אויסבייטן די סלאַװישע װערטער אויף דייטשע. וואו איך האָב געשריבן ;לאָנקע* האָט עס פרץ איבערגעמאַכט אויף עוויזע". מיט פיל דערמונ- טערונג האָט פּרץ מיר צוריק גענעבן דעם מאַנוסקריפּט און געזאָגט צו יעקב דינעזאָנען -- וועלכער איז געזעסן און כסדר געמאַכט פּאַפּיראָסן --- ער האָפט אַז פון מיר װעט עפּעס ווערן. (יעקב דינעזאָן האָט די פּאַפּיראָסן געמאַכט פאַר פּרצן, מחמת דינעזאָן אַלײין האָט קיינמאָל נישט גערויכערט), שרייבט ווייטער און ברענגט מיר אַרויף צו וייזן, האָט זיך פּרץ צו מיר געװאָנדן. דאָס פּנים האָט מיר געשטראַלט פון גליק, איך האָב געמיינט אַז מיין אוידיענץ האָט זיך פאַרענדיקט. איך האָב מיך אויפגעהויבן פון דער שטול זיך צו געזעגענען מיט פּרצן און אַװעקצוגײן, פּרץ אָבער האָט געזאָגט אַז איך זאָל נאָך נישט אַװעקגיין און בלייבן ביי אים און טרינקען צוזאַמען קאַװע. איך האָב געמיינט אַז מען װעט די קאַװוע אַריינברענגען אין פּרצעס קאַבינעט. פּרץ און דינעזאָן האָבן זיך אויפגעשטעלט און מיר זיינען אַרײנגעגאַנגען אין דער קיך. אויפן וועג האָט דינעזאָן צו מיר שוין גערעדט מיט אַ הימישקייט וי איך װאָלט געװוען פון דער משפּחה און מיר צוגעגעבן מוט און דערמונטערונג וייטער צו שרייבן און ווייזן מיינע זאַכן פּרצן. פּרצעס קיך איז געװען אַ טונקעלע. מיר האָבן זיך אַוװעקגעזעצט ביים טיש. פּרץ האָט היימישלעך און װויציק געזאָגט

פּוילן 19

צו דער דינסט -- אַ דיקע עלטערע גויע װאָט האָט ביי פּרצן שוין גע" האַט געדינט פון כמה יאָרן און זי האָט זיך געפילט וי פון דער שריי- בערישער משפּחה -- אַז זי זאָל דערלאַנגען קאַװע, און געוויזן אויף מיר און געזאָגט אַז דער דאָזיקער יונגערמאַן איז אַ נייער מענטש װאָס װעט פון איצט אָן אַלע מאָל קומען. זי מוז לכבוד מיר מאַכן ספּעציעל גוטע קאַװעי |

איך בין מודה עס איז מיר אויסגעקומען מיט נויט-שווייס צו טרינקען די גוטע און שמעקעדיקע קאַװע ביי פּרצן. איך האָב געוואוסט אַז די מילך איז נישט קיין כשרע.

באַלד האָבן זיך געהערט עטלעכע שאַרפע קלינגען ביי דער טיר. פּרץ איז געגאַנגען עפענען. אין קאָרידאָר האָבן זיך דערהערט צוויי נייע שטימען. איינע איז געווען אַ הויכע און אַ זינגענדיקע און האָט צו פּרצן גערעדט מיט פיל היימישקייט. די אַנדערע איז געװוען אַ שטילע און אַ פּישטשענדיקע. פּרץ איז באַלד צוריק געקומעי אין קיך אַרין צוזאַמען מיט צוויי יונגע מענטשן. ער האָט זי פאַר מיר פאָרגעשטעלט. איינער איז געווען מנחם און דער אַנדערער ש. ל. קאַװע. זיי האָבן זיך צוגעזעצט צום טיש, דערביי האָט מנחם כסדר גערעדט אויף אַ זינגענדיקן און לייכטן ליטווישן דיאַלעקט. זיין סוף-זאַץ האָט זיך װי עפּעס תמיד אױיסגעלאָזט אויף אַרוף. די דיקע גויע פּרצעס דינסט, האָט דערלאַנגט נייע גלעזער מיט קאַװע, איך האָב מיך געפילט אין זיבעטן הימל צו זיצן ס'ערשטע מאָל אין מיין לעבן אין אַ סביבה פון יידישע שרייבער.

קאַפּיט? צװײי

מנחםס דער פּיאָנֶער. פאָלקסלידער. קאווא. אַ סך פּסעוודאָנימען. אַ וואָלקנקראַצער. קאַווא שפּילט שאָך מיט פרצן ויי צו די פאַקטן

דער נאָמען פון מנחמען איז מיר געווען גוט באַקאַנט. ער האָט גע- הייסן דאָס מוזיניקל אין דער יידישער שרייבער-משפּחה. אַלע האָבן זיך מיט אים געצאַצקעט. אין דער יידישער ליטעראַטור האָט מנחם דער ערשטער אַריינגעברענגט די פאָרם פון מאָדערנער דעקאַדענטישער דיכ- טונג. ער איז געווען דער פּיאָנער פון יענער מאָדערנער יידישער פּאָעזיע װאָס איז שפּעטער אַזױ אױיסגעװאַקסן אין אַמעריקע. זיינע פּאָעמען ;קדוש" און ;שװאַרצע רויזן" זיינען פאַר דעם יידיש-לייענער געווען אַ גרויסע רעװעלאַציע. דער לייענער האָט דערזען נייע בילדער און געשטאַלטונגען אויף די פּליינען פון דער יידישער שפּראַך. דיכטונג-פאָרמען צו וועלכע ער איז גאָר נישט געוואוינט געווען. מנחם האָט געפּרואווט דער יידישער שפּראַך צו געבן אַן איראַציאָנעלע וויזיע, אַ וויזיע בלויז אין די קלאַנגען פון אירע שפּראַך-מעגלעכקײיטן. עס איז געווען אַ געװאַלטיקער אויפטו, ווען מנחם האָט זיך באַװיזן אין דער יידישער ליטעראַטור איז די יידישע פּאָעזיע נאָך ווייט געווען פון אַלע געװאַגטע פאָרם-עקספּערימענטן, -- הגם זי האָט שוין געהאַט אַזעלכע גרויסע דיכטער וי אברהם ריזען מאָריס ראָזענפעלד און יהואש. די מאָטיוון און פאָרמען פון דער יידישער דיכטונג האָבן נאָך באַלאַנגט צו דער קלאַסישער שול. אַפּילו יהואש -- הגם נייער און געװאַגטער אין מאָטיון --- האָט זיך דאַן נאָך היפּש גע" האַלטן אין דער קלאַסישער פאָרם. אין דעם פּרט פון װאָגן מיט פאָרם און בילד האָט מנהם בשעתו געמאַכט אַ גרויסע רעװאָלוציע. אין יעדער רעװאָלוציע אין דער יידישער ליטעראַטור האָט פּרץ געזען וי עס עפענען זיך פאַר איר נייע פּערספּעקטיון אין נייע מעגלעכקייטן. די

239

24 ו, ו. טרונק װאַסערן פון יידישן שאַפן וועלן גרעסער און מעכטיקער ווערן מיט דעם װאָס אין זיי װעלן זיך אַרײנגיסן װאָס אַמאָל נייערע און פרעמדערע קװאַלן. פּרץ האָט אויף מנחמען אַ סך געהאָפט, יעדע האָפענונג אויף אַ שרייבער האָט זיך ביי פּרצן באַלד פאַרװאַנדלט אין אַ ליבשאַפט. ער האָט מנחמען זייער ליב געהאַט.

מנחמס יוגנטלעכקייט איז געווען זייער אַ לעבעדיקע, אַ לוסטיקע און אַ פריילעכע. ער איז געווען אַ שיינער טונקעלער בחור מיט אַ שטענדיקן שמייכל אויפן פּנים. ער איז געווען אַ שטיק באָהעמיען און גאָר אַן אַנדערער וי איך האָב אים מיט עטלעכע און דרייסיק יאָר שפּעטער גע- טראָפן אין אַמעריקע. אין אַמעריקע איז ער געװאָרן באַלעבאַטישער. אין יענע צייטן אין װאַרשע ביי פּרצן האָט מנחם אין זיך גאָר נישט געהאַט פון מיושכדיקער סטאַטעטשנעקײט. ער איז געווען דאָס צעבאַלעװעטע מוזיניקל צװוישן דער שרייבערישער משפּחה, פּונקט וי ער האָט אין דער דיכטונג געטאָן קאַפּױיער אַלע אָנגענומענע נוסחאות. ער איז געווען דער ערשטער װאָס האָט צווישן דער יידישער אינטעליגענץ געזונגען פאָלקס- לידער און געוויזן די חנען פון דער יידישער פאָלקס-פּאָעזיע -- הגם אַזעלכע לידער האָבן דאַן נאָר געזונגען שניידער-יונגען און דינסט-מיידן. ווען איך האָב דאָס ערשטע מאָל געהערט וי אַ חשובער יידישער שרייבער זינגט די זעלבע לידלעך װאָס די דינסט-מיידן ביי אונז אין קיך, האָב איך מיינע אויערן נישט צוגעגלויבט. וי קומען אַזעלכע פּראָסטע גראַמען און מאָטיוון אַרײין אין דעם היכל פון דער פּאָעזיע? עס זיינען זיכער געוועזן די פאַרדינסטן פון דער רעװאָלוציאָנערער יידישער אַרבעטער" באַװעגונג, װאָס האָט אָנגעהויבן צו דערהויבן די יידישע פאָלקס-מאַסע און זי געװאָלט אַװעקשטעלן אויף די פאָדערגרונטן פון דער געשיכטע. איך ווייס נישט צי מנחם האָט דאַן געהערט צו אַ פּאַרטײ. ווען ער װאָלט אַפילן יאָ באַלאַנגט צו אַן אַרבעטער-פּאַרטײ װאָלט איך עס נישט געווען געוואוסט, פּאַרטיי:מיטגלידער פון דער אַרבעטער-באַװעגונג זיינען גע- ווען שטאַרק פאַרקאָנספּירירט. מנחם איז אין אַ סך זאַכן געװען דער ערשטער, און איך גלויב אַז זיינע פּיאָנערישע פאַרדינסטן פאַר דער יידי- שער קולטור זיינען נאָך װייניק אָפּגעשאַצט געװאָרן. ער איז אויך געווען דער ערשטער װאָס האָט אין דער יידישער פּרעסע אַריינגעפירט די טעאַ- טער-רעצענזיע און מיט דעם געשאַפן דעם גייסטיקן קאָנטאַקט צוישן

פּוילן | 5

דער װאַקסנדיקער יידישער קולטור מיטן יידישן טעאַטער. עס איז געווען מצד מנחמען אַ באַדײטנדיקע קולטור-טאַט. ערשט שפּעטער איז געקומען ד"ר א. מוקדוני און האָט דאָס דאָזיקע קולטור-װוינקל ברייטער און אויס- פירלעכער אויסגעבויט, ש. ל. קאַװע, װאָס איז אַריינגעקומען צו פּרצן צוזאַמען מיט מנחמען, איז געווען גאָר אַן אַנדערער טיפּ, ער איז געווען אַ קליינער און אַ דראָב- נער און זייער אַ מיאוסער. דערצו האָט אַן אומגליקלעכע אָפּעראַציע אים היפּשלעך אויסגעקרימט די גאָמבע און איינע פון זיינע באַקן איז געווען אַ צעשניטענע און אַ פאַרלאַטעטע. פון קאַװען האָב איך נאָך קיינמאָל נישט געהאַט געהערט. קודם-כל האָט ער דעמאָלט נאָך געהאַט זייער װייניק פאַרעפנטלעכט. אויך דאָס ווייניקע האָט ער פאַרעפנטלעכט אונ- טער פאַרשידענע פּסעװדאָנימען. דאָס שפּילן זיך מיט פּסעװדאָנימען האָט געהערט צו זיין טבע. ער האָט געהאַט וועגן זיך גװאַלטיק גרויסע מיינונגען און איז געווען זיכער וי דער טאָג אַז אויף יעדער קלייניקייט װאָס ער שענקט דער ועלט פון זיין וויסן און זיין טראַכטן װאַרט זי, די וועלט, מיט דעם גרעסטן אומגעדולד. די וועלט איז נישט קראַנק צו וויסן ווער עס איז די פּערזאָן װאָס שטייט הינטער די אַלע פּסעװודאָ" נימען. אָט-אָדדי געהויבענע מיינונג וועגן זיך האָט זיך אויסגעדריקט אין אַלע זיינע באַװעגונגען, אין אַלע זיינע תנועות, און אין דעם גאַנצן אופן פון זיין באַנעמען זיך. די אױיטאָריטעט-מאַניע פון קאַװען האָט זיך נישט באַגרענעצט אויף ספּעציעלע געביטן. זי איז ממש געווען אַלװעלטלעך. ס'איז נישט געווען קיין געביט אויף וועלכן קאַװע האָט זיך נישט געהאַלטן פאַר קיין מומחה און אַלעמען באַלערנט און געוויזן זייער אומוויסנקייט. אַפּילו וועגן געיעג-פערד און דועלן האָט קאַװע געוויזן זיין בקיאות, הגם ער האָט געשטאַמט פון דעם קליינעם שטעטל קאָצק און געוואוינט צווישן דער יידישער אָרעמקײט אויף קראָכמאַלנע. און הגם ער איז געווען אַ וויג- ציקער און נישט קיין שיינער, האָט ער אַפילו װאָס שייך מענלעכקייט און דערפאָלג ביי פרויען געהאַלטן אַלעמען פאַר מלופּם-קינדער און גע" הייסן זיי ביי אים, קאַװען, זיך לערנען. הכלל ער איז געווען אַ לעבע- דיקע אַרומגײענדיקע ענציקלאַפּעדיע, אַ מוסטער-מענטש צו וועלכן אַלע -- אויב זיי האָבן נאָר שכל --- דאַרפן אַרויפקוקן וי צו אַ גייסטיקן ריז. . עס איז נישט צו פאַרלײיקענען: קאַװע איז געווען אַ מענטש מיט פיל

6 ו. ו, טרונק ליטעראַרישן געשמאַק און געהאַט אייגענע אָריגינעלע געדאַנקען. אָבער ער האָט כסדר איבערגעטריבן ועגן זיך, וועגן זיין װויסן און געהאַלטן אַלעמען פאַר האַלבע עמי-הארצים. קיינער קומט נישט צו זיין מינדסטן נאָגעלע, און דאָס אויף אַלע געביטן. דאָס האָט אים אַלין אַרונטערגעריסן און געמאַכט קאָמיש, די דאָזיקע גרויסקייט-מאַניע זיינע האָט אויך גורם געווען װאָס ער האָט זיך תמיד אַרומגעטראָגן מיט געװאַלטיקע ליטעראַ- רישע פּלענער, און דאָס אויך אויף אַלע געביטן. קיין קלענערע, אויב נישט רעװעלאַציע-אַרבעטן זיינען אים גאָר נישט אָנגעשטאַנען צום כבוד, קאַװע האָט זיך כסדר געגרייט צו עפּאָכע-מאַכנדיקע װערק װאָס דאַרפן אַלצדינג אין דער געדאַנקען-װעלט איבערדרייען מיטן קאָפּ אַראָפּ און מיט די פיס אַרױף און ווייזן דער וועלט ער עס טראַכט וועגן איר. די גרויסע פּלענער" האָבן אויפגעפרעסן זיינע פעאיקייטן און אַלע זיינע מעגלעכקייטן עפּעס צו דערגרייכן. צו טאָן דאָס צו װאָס קאַװע האָט זיך ,פאַרנומעןי האָט מען געדאַרפט זיין אַ שעקספּיר, אַ קאַנט און נאָך עטלעכע וועלט-גאונים צוזאַמען, דער בנין װאָס איז גענוג װירדיק אַז קאַװע זאָל זיך דאָרט אַרויפשטעלן אויפן דאַך האָט געמוזט האָבן אַזאַ מאָנומענטאַ- ליטעט װאָס דערווייל, אַחוץ דעם באַרימטן טורעם פון בבל, האָט עס נאָך קיינער נישט געמאַכט.

אַ פּסיכאָאַנאַליטיקער װאָלט גריילעך דערקלערט דעם שייכות צווישן די קנאַפּע מאַנסבילשע רייצן פון קאַװעס פיזיאָנאָמיע און פיגור מיט דער געװאַלטיקער מיינונג וועגן זיך און זיינע פעאיקייטן װאָס קאַװע האָט מיט דער גרעסטער האָפערדיקייט אַלעמען געטראָגן אין די אויגן אַרײן. אי" בער זיין פיזישער מינדערווערטיקייט האָט זיין געקרענקטקייט אויפגע- שטעלט אַן אמתן װאָלקנקראַצער פון קאָמפּענסאַטאָרישע אַמביציעס. וועגן זיינע צוקונפטיקע װערק האָט ער גערעדט װי ועגן זאַכן װאָס זיינען שוין אָנגעשריבן געװאָרן און וועלכע האָבן שוין אַלע פילאָזאָפּישע, עס- טעטישע און געזעלשאַפטלעכע פּראָבלעמען פון דער װעלט געשטעלט אויפן קאָפּ -- און די וועלט רייבט זיך די אויגן און קאָן גאָר נישט קו" מען צו זיך פון גרויס איבערראַשונג. עס איז אינטערעסאַנט איבערצו" לייענען די זעלבסט-ביאָגראַפיע װאָס קאַװע האָט אָנגעשריבן אין זלמן רייזענס לעקסיקאָן. דאָרט רעדט ער ועגן די גרויסע װוערק װאָס באַ"

פּוִילן 27

דאַרפן פון אים אָנגעשריבן צו ווערן. פאַר אַלע פון די דאָזיקע ווערק האָט שוין קאַווע געהאַט פאַרטיקע נעמען

דער דעמאָלטיקער קולטור-צושטאַנד פון די יידישע שריפטשטעלער איז נאָך געווען זייער אַ פּראָװינצערישער. זיי זיינען כמעט אַלע געקומען פון די קליינע שטעטלעך, פון דעם בית-מדרש און פון דער יידישער אָרעמ- קייט. מען האָט נאָך צווישן די יידישע שריפטשטעלער וויניק געקאָנט די שפּראַכן פון די גרויסע יועלט-ליטעראַטורן. ווען קאַװע האָט געטאָן אַ שיט מיט נעמען און װערק פון דער אײראָפּעאישער ליטעראַטור -- דערצו האָט ער געהאַט אַ טבע צו ברענגען נעמען און וערק װאָס זיינען געווען װײיניק פּאָפּולער -- זיינען אַלע טאַקע געבליבן זיצן מיט אָפענע מיילער און באַוואונדערט אָט-אָ דאָס קליינע װינציקע בחורל װאָס הייסט אַזױ פיל פּסעװדאָנימען, שטאַמט פון קאָצק, וואוינט אויף קראָכמאַלנע, און איז אַזאַ נאָענטער שמעלקע מיט אַלע גייסטיקע דערגרייכונגען פון דער גרויסער וועלט, קאַװע האָט אַלעמען אימפּאָנירט. אַפילו פּרצן האָט ער סוף-כל"סוף אימפּאָנירט. אויך צו פּרצן האָט קאַװע גערעדט היפּשלעך מיט אַ טאָן פון אַן אױיטאָריטעט,

אַז קאַװע איז געווען אַ שאַך-שפּילער, דאָס איז זעלבסטפאַרשטענד- לעך, און נישט סתם קיין שאַך:שפּילער, נאָר אַ מייסטער --- דאָס איז אויך זעלבסטפאַרשטענדלעך. פּרץ האָט ליב געהאַט צו שפּילן אַמאָל אַ שאָך. ווען פּרץ האָט קאַווען אויפגעפאָדערט צו אַ שאָך, האָט קאַװע געטאָן אַן איבערגעלעגענעם שמייכל, מיט איין פינגער פון זיין קליינער האַנט, האָט ער זיך פּילאָזאָפּיש געטאָן אַ קראַץ אין קאָפּ און פון פאָראויס אַ זאָג געטאָן צו פּרצן; ;מילא, אויב איר װוילט דווקא פון מיר קריגן אַ ;מאַט", איז ביטע זייער". טאָמער האָט קאַװוע געוואונען האָט ער הויך דערציילט פון זיינע געניאַלע גענג, געזאָגט שאָך-טערמינען וועלכע קיינער האָט נישט פאַרשטאַנען, און אָנגערופן די נעמען פון די גרעסטע וועלט-מייסטער װאָס ביי ענלעכע סיטואַציעס זיינען זיי געגאַנגען פּונקט די זעלביקע גענג וי ער, קאַװע. גאָר, גאָר אָפט --- און דוכט זיך מיר ס'רום --- האָט פּרץ גע" וואונען די פּאַרטי. קאַװע האָט נישט צוגעגעבן אַז פּרץ האָט בעסער גע" שפּילט פאַר אים. די געניאַלע צוגן האָט גאָר געמאַכט קאַװע. פּרץ האָט געשפּילט וי אַ ,פושער". נישט מער, װאָס אינמאָל האָט ער, קאַװע,

28 ו. ו. טרונק געװאָלט נאָכטאָן עפּעס אַ געניאַלע קאָמבינאַציע (און דאָ קומט װידער אַ פאַך-אויסדרוק) פון אַ וועלט-מייסטער, ער האָט זיך צופעליק פאַרזען. און פּרץ האָט בלינדערהייט אויסגענוצט דעם שאַנס. אַפילו אין די זייער אָפט פון אים פאַרשפּילטע שאָכן איז קאַװע געבליבן דער גייסטיקער זיגער. אַי די פאַקטן אויפן שאָך-ברעט? איז וויי צו די פאַקטן,

קאַפּיטל דריי

פרישמאַן און פרץ. פרישמאַן שיסט פיילן פון זזיין טינטער -- און פרץ ואַקסט אויס צו דער גרױי- סער פּערזענלעכקייט אין דער יידישער ליטעראַטור, בית-צייטלין,

איידער איך װעל ווייטער דערציילן פון פּרצעס ;שטוב" װאָס האָט געהאַט אַזאַ גרויסע היסטאָרישע באַדייטונג פאַר דער אַנטװיקלונג פון דער יידישער ליטעראַטור, וויל איך נאָך דערמאָנען צוויי ,ליטעראַרישע שטובן? װאָס זיינען אין יענער צייט געווען אין װאַרשע. דאָס הויז פון דוד פרישמאַן און דאָס הויז פון הלל צייטלין,

אויב מען קאָן אַזױ זאָגן, איז די ,,ליטעראַרישע שטוב" פון פרישמאַ- נען געווען די אייגנטלעכע אָפּאָזיציע צו פּרצן און צו זיינע השפּעות. עס װאָלט געווען איבערגעטריבן צו זאָגן אַז די גאַנצע ;שטוב* פון דוד פריש- מאַנען איז געווען קעגנעריש געשטימט צו פּרצן. די אמתע אָפּאָזיציע איז געווען דוד פרישמאַן פּערזענלעך. זיין פאַרביטערטער קאַמף קעגן פּרצן האָט זיך געצויגן כמעט פון די ערשטע שריט װאָס פּרץ האָט גע- מאַכט אין דער ליטעראַטור,

פרישמאַן איז געווען דער קלאַסישער טיפּ פון אַ שריפטשטעלערישן עפּיגאָן. ער איז געקומען סיי פון דער השכלה און סיי פון דער דייטשער אויפקלערונג. די דייטשע ליטעראַטור, איבערהויפּט די דייטשע אויפקלע- רונג-ליטעראַטור, איז ביי אים געווען דער העכסטער מוסטער פון שריפט- שטעלערישער קונסט. ער האָט געקעמפט קעגן דער העברעאישער מליצה מיטן װאָפּן פון דער אויפקלערונג-מליצה, ער האָט געקעמפט אָן ווירקלע- כער טיפער איבערלעבעניש פאַר פאָרם און געשטאַלטונג. פרישמאַן איז גוועען דער ,בטלן אין צילינדער" װי נאָמבערג האָט אים פאָרטרעפלעך באַצײיכנט, און ער האָט אין זיך געהאַט פון צ קליינעם און בייון דאָן- קישאָט פון דער פאַרנונפט, װאָס האָט געקעמפט קעגן שאַבלאָן, און אַליין

21

39 וּ, י, טרונק

געווען דער ריטער פון שאַבלאָן. פרישמאַנס פאַרדינסטן סיי פאַר דער יידישער און סיי פאַר דער העברעאישער ליטעראַטור זיינען דורכאויס די פאַרדינסטן פון אַן עפּיגאָן. דאָס װאָס האָט זיך שוין געהאַט אַרױסגע- װואַלגערט אויפן גאַט פון אַלע ליטעראַטורן װוי ,איבערגעלעגענע" סחורה -- מיט דעם האָט פרישמאַן געפאָכעט אין די ביידע יידישע ליטעראַטורן און געשריגן תרבות! ווען איר שרייבט נישט לויט מיינע געשמאַקן דאַן זענט איר אַלע טויגעניכטסן. איך גין דאָס דער מדריך און דער בעסער" וויסער,

באַלד וי פּרץ האָט זיך נאָר באַװויזן אין די ביידע יידישע ליטעראַ- טורן, האָט פרישמאַן אויף אים אָנגעשטעלט דעם ;אײראָפּעאישן" האַרמאַט װאָס ער האָט געהאַט ליגן ביי זיך אין טינטער. סתם שרייען אויף אים בטלן* האָט פרישמאַן עפּעס ביי זיך נישט געקאָנט פּועלן. ביי פּרצן האָבן זיך באַלד געוויזן נייעסן װאָס הגם זיי האָבן גענוג געגרילצט אין פרישמאַנס ,אײראָפּעאישן* געשמאַק, פונדעסטוועגן האָט פרישמאַן פאָרט געמוזט דערפילן אין פּרצן אַ כוח װאָס לאָזט זיך נישט ;אַװעקלײגן* מיט שהיה- פיה. פרישמאַנס פעדער האָט דעריכער קעגן פּרצן אָנגעהויבן צו שפּריצן מיט גאַל אָנשטאָט מיט ביטול. דאָ איז פּרץ געווען אַ פּלאַניאַטאָר, דאָ אַ ;פלוי* און דאָ אַן אַנדער באַשעפעניש. פרישמאַן האָט פּרצן נישט גע" קאָנט איינבייסן, פאַר אַן עפּיגאָן איז דאָס נייע אין שעפערישע תמיד עפּעס אַזױנס וי אַ שטיין אויפן מאָגן, פרישמאַן האָט דעריבער במשך זיין גאַנץ לעבן פאַרקאַטשעט די פּאָלעס פּרצן צו פאַרניכטן,

פּרץ איז פּאַמעלעך געוואקסן. געװאַקסן סיי אין די דימענסיעס פון זיין געשטאַלטונג און סיי אין די דימענסיעס פון זיין פּערזענלעכקייט. ער האָט אָנגעהויבן צו װוערן דער גייסטיקער צענטער פון אַ ניי שאַפן אויף יידיש. די איינפלוסן זיינע האָבן אױיסגעשטראַלט, זיי האָבן באַשאַפן אַ דור, אַ טאַט און אַ פאָרם. די יידישע מאַסן --- וועמעס שפּראַך פּרץ האָט אויפגעהויבן צו דער העכסטער מדרגה -- האָבן אים געענטפערט מיט טיפסטער ליבשאַפט און טיפסטער פאַרערונג. פרישמאַן האָט נישט אָפּ- געלאָזט פון דעם חלום פּרצן צו פאַרניכטן, װאָס גרעסער ס'איז געװאָרן פּרץ, אַלץ קלענער איז געװאָרן דער ,בטלן אין צילינדער". ער האָט כסדר אויף זיך געטראָגן די טאָרבע פון וועלכער ער האָט געשליידערט די פיילן אויף פּרצן. נאָר די פיילן זיינען װאָס אַמאָל געװאָרן װוינציקער

פּוולן 5 און אָפּגעטעמפּטער. פרישמאַז -- אויף זיין אופן אַ קלוגער גייסטרייכער ייד --- האָט זיך אָנגעהויבן צי מאַכן לעכערלעך אין זיין דאָן-קישאָטישן קאַמף מיט פּרצן,

ווען פּרצעס רום האָט פּרישמאַנען ענדלעך אָנגעהויבן צו װאַקסן איבערן קאָפּ און ער האָט געזען אַז צו ,ליקווידירן* פּרצן איז שוין מער נישט פאַר זיינע כוחות, האָט ער זיך גענומען צו אַן אַנדער טאַקטיק. אויך דאָ האָט ער נישט אָפּגעשאַצט די גייסטיקע קראַפט פון פּרצן און דאָס טיפע זעלבסטבאַוואוסטזיין פון פּרצעס פּערזענלעכקייט, װי אויך דאָס אידעאַ- ליסטישע געפיל װאָס פּרץ האָט געהאַט צו דער יידישער ליטעראַטור און צו אירע שריפטשטעלער. פרישמאַן האָט אָנגעהויבן שטאַרק צו לויבן אַ סך פון אַנדערע יידישע שריפטשטעלער און געמיינט אַז ער טוט עס אויף פּרצעס חשבון און פּרץ װעט ווערן אייפערזיכטיק. האָט ער דערמיט נאָר געוויזן אַז ער קאָן נישט פּרצן. פרישמאַן האָט מיט גאַל געזאָגט, אַז אַפילו ער זאָל שוין צוגעבן אַז דער ,הער פּרץ* האָט אַ שטיקל ווערט, --- שטייגן אָבער אַ סך פון פּרצעס תלמידים מיט פיל קעפּ אַריבער דעם כלומרשטן רבין, אין אָט-אָ דעם נייעם געיעג צו מינערן פּרצעס חשיבות האָט זיך פרישמאַן אַפילו נישט אָפּגעשטעלט צו לויבן זאַכן פון שריפט" שטעלער װאָס איז געווען אַבסאָלוט נאַריש זיי צו שטעלן אין איין ריי מיט פּרצן. נקמה מאַכט בלינד. ווען ס'זיינען דערשינען פּרצעס ,פאָלקסטימלעכע געשיכטן? און פּרצעס רום האָט אָנגעהויבן צו שיינען פאַר אַלעמענס אויגן, און אַפּילו שלום-עליכם -- װאָס האָט נישט געהאַלטן פון פּרצן -- האָט געמוזט מודה זיין אַז ער האָט ;נישט געוואוסט אָפּצושאַצן פּרצעס ווערט", -- דאָ האָט פרישמאַן מיט גרויס פאַרביטערטקייט אָנגעזאָטלט זיין פּעגאַזוס און עפנטלעך געשריבן, אַז אויב די שפּעטערע דורות וועלן לייענען פּרצן און אים דערמאָנען, װעט ער אויך, דוד פרישמאַן, נישקשה שטיין פּרצן ביי דעו זייט און טיילן מיט אים דעם רום פון די הענט פון דער צוקונפט. עס איז געווען אַ פאַרמעסטעניש פון אַן עפּיגאָן קעגן אַ שעפער,

דוד פּרישמאַן האָט אויך געזאמלט אַרום זיך יידישע שריפטשטעלער מיט דער דייטלעכער כונה אַז אויך -- װאָס שייך אַ אליטעראַרישע שטוב? קען ער ווייזן פּרצן װוער עס איז עלטער, כ'קאָן מיך נישט דערמאָ- נען װוער אייגנטלעך פון פרישמאַנס מקורבים האָט דעמאָלט געהאַט דעם

54 ו, י, טרונק מוט עפּעס צו זאָגן קעגן פּרצן. סיידן אפשר אַזעלכע וועגן וועלכע מען האָט געזאָגט אַז פּרץ האַלט נישט פון זיי. זיי האָבן בסוד אפשר נאָכגעזאָגט פרישמאַנס אַ שטאָך-ווערטל קעגן פּרצן און געהאַט הנאה פון די הויכע קנאַלן װאָס דער האַרמאַט אין פרישמאַנס טינטער שיסט אויס קעגן פּרצן. אָבער אויך דאָ האָט זיך פרישמאַן ביטער טועה געווען. װאָרעם ער איז געבליבן אַליין אין זיין אייגענער ;ליטעראַרישער שטוב". דער גרעסטער טייל פון זיינע ,זעלנער" זיינען אַריינגעקומען צוֹ פּרצן און אים אַרויסגע" וויזן די זעלבע טיפע פאַרערונג וי אַלע געשוואוירענע פּרציאַנער. מען האָט געזאָגט אַז פרישמאַן ווייסט נישט פון דעם פאַרראַט* און ער גלויבט ווייטער אַז אים געראָט צו זאַמלען אַ מחנה אויף ענדגילטיק צו ליקווידירן פּרצן,

פּרצעס באַציאונג צו פּרישמאַנען איז געווען אַ זעלטן לאָיאַלע און גרויסמוטיקע. איך האָב קיינמאָל פון אים נישט געהערט אַ שלעכט װאָרט קעגן פרישמאַנען און אַפילו נישט קיין וויץ אויף פרישמאַנס חשבון. פאַר" קערט: אויב עמעצער פון פּרצעס פאַרערער האָט זיך (אין אַ שמועס) צופיל געװאָלט איינשטעלן פאַר פּרצעס כבוד און פרישמאַנען אַרונטעררײסן האָט פּרץ תמיד געוואוסט אָפּצושאַצן פרישמאַנס פאַרדינסטן. כ'געדענק: איינמאָל האָט מיך פּרץ געפרעגט צי איך האָב היינט געלייענט פרישמאַנס אַ ליד װאָס איז געווען אָפּגעדרוקט אין אַ צייטונג צי אין אַ זשורנאַל. ווען איך האָב געענטפערט אַז ניין, האָט ער מיר געזאָגט אַז איך זאָל עס דורכאויס לייענען. עס איז אַ גוט ליד.

אין די גאָר שפּעטערע יאָרן ווען פּרץ איז געווען פאָרזיצער פון װאַרשעװער ,הזמיר", האָט מען געפייערט פרישמאַנס יובילעאום. פּרץ איז געווען פון די הױיפּט-אָרגאַניזירער פון דעם דאָזיקן יובילעאום. ער האָט געעפנט דעם יובילעאום-אָװונט מיט זייער אַ װאַרעמע רעדע וועגן פריש- מאַנען,

די דריטע ;ליטעראַרישע שטוב" אין װאַרשע איז געווען ביי הלל צייטלינען, דאָרטן האָט מען געהאַלטן פון פּרצן. הלל צייטלין האָט אין דער מאָדערנער יידישער ליטעראַטור אַריינגעפירט דעם פרומען רעלי" גיעזן געדאַנק, און ער האָט עס געטאָן אויף אַן אַנדער אופן וי פּרץ. פּרצן איז עס נישט געווען צום האַרצן. אָבער ער האָט פון הלל צייטלינען גע- האַלטן,. הלל צייטלין איז געווען פון פרישמאַנס גוטע-פריינד אָבער ער

פּוילן 99 האָט געהערט צו די פאַרערער פון פּרצן, -- הגם ער האָט אַמאָל געשריבן אַז אין ;פּרצעס הימל איז נישטאָ קיין גאָט*, ס'איז אַ שיינע אָבער נישט קיין ריכטיקע פראַזע. אַ סך פון צייטלינס מקורבים פלעגן אויך אַרופ- קומען צו פּרצן, הלל צייטלינען גופא האָב איך ביי פּרצן קיינמאָל נישט געזען, און איך גלויב אַז זיי האָבן צווישן זיך נישט פאַרקערט. זיי זיינען געווען קעגנגעזעצלעכע טעמפּעראַמענטן,

קאַפּיטל פיר

אין דער יידישער ליטעראַטור קוקט מען איס דעם נאַטוראַליזם. ווייסנבערג די ערשטע טױיב. וױייסנ- בערגס ,שטעטל". ה. ד. נאָמבערג און וייסנבערג.

הגם י. ל, פּדץ איז אין תוך געווען אַן אידעאַליסטישער שריפט- שטעלער און ביי אים האָט דאָמינירט דער גייסטיקער קוק פון יידישער געשטאַלטונג, פונדעסטוועגן האָט ער מיט דער גרעסטער אומגעדולדיקייט אויסגעקוקט אַז אויך דאָס פּראָסטע יידישע פאָלק זאָל זיך אָנהויבן צו באַטײליקן אין דער שאַפונג פון יידישער ליטעראַטור. ער האָט געװאָלט, אַז אויך פון דאָרט זאָל קומען דער יידישער שריפטשטעלער. די סיבות זיינען געווען צוייאיקע: קודם-כל די רעװאָלוציאָנערע צייט פון יידישן לעבן. אַ צייט װאָס האָט גראָד דעם יידישן אַרבעטער און האָרעפּאַשניק, אַזױ צו זאָגן די פשוטע יידישע מאַסע, אַרויסגערופן אויף די ערשטע פּראָנטן פון יידישן לעבן. אַ צייט װאָס האָט אויסערגעוויינטלעך אויפגע- הויבן דאָס געשיכטלעכע חשיבות פון דער ידישער מאַסע. צוייטנס: דער רוב מנין און רוב בנין פון יידישע שריפטשטעלער איז געקומען פון בית:המדרש, פון יידישן קליינבירגערטום און פון דער קליינבירגערלעכער יידישער אָרעמקײט. די יידישע שריפטשטעלער זיינען ס'רוב געווען עזיי- דענע יונגעמאַנטשיקלעך", -- הגם זיי זיינען כמעט אַלע געווען היפּשע קבצנים. עס איז געווען די בענקשאַפט אַז דער פּראָסטאַק זאָל מיט זיינע שטיװאַלעס אַריינקומען אין דער ליטעראַטור און אַריינברענגען דאָס גע- זונטע חי-וקימדיקע בלוט אין דער קרענקלעכער און בלאַסער אינטעלי- גענטישקייט פון בית:המדרש-בחורים און העברעאישע לערער. אַפילן שלום אַש װאָס האָט מיט אַזױ פיל פרישקייט געברענגט דאָס עקוילער- געסל", איז סוף-כל-סוף אַליין אויך געווען פון בית:המדרש. איבער זיינע קוטנער פּראָסטע יונגען האָט היפּש געווייעט דער ראָמאַנטישער הויך פון חומש און צאינה-וראינה,

39

40 ו. י, טרונק

די ערשטע טויב װאָס איז פון דער פּשוטער יידישער מאַסע אָנגעקו- מען אין דער יידישער ליטעראַטור אַרין, -- און געקומען װי די גרויסע איבערראַשנדיקע אַטראַקציע פון חי-וקימדיקער געזונטקייט און אומ- מיטלבאַרן יידישן נאַטוראַליזם -- איז געווען איטשע מאיר וייסנבערג.

א. מ. ווייסנבעדג האָט געשטאַמט פון שטעטל זשעליכאָװו נישט ווייט פון װאַרשע. אַ קינד פון פּראָסטן יידישן פאָלק און דערצו אַן אַרבעטער. מיר דוכט, אַז ער איז געווען אַ שאַכטל-מאַכער. ער האָט זיך באַװיזן מיט אַ װערק װאָס האָט געהייסן ;אַ שטעטל". דער אייגענער נאָמען װאָס דאָס באַרימטע װערק פון שלום אַש. נאָר ווייסנבערגס ;שטעטל?* איז געווען פון גאָר אַן אַנדערן כאַראַקטער. ס'איז געווען דאָס שטעטל אין זיין אמתן לעבנס-נאַטוראַליזם, אױיסגעטאָן פון יעדן הויך פון אַבסטראַקטן אידעאַי ליזם און ראָמאַנטיק, צווייטנס: דאָס שטעטל אין װירבל-שטראָם פון דער אַרבעטער-רעװאָלוציע. צוויי אייגנשאַפטן אויף וועלכע מען האָט שין לאַנג אויסגעקוקט אין דער יידישער ליטעראַטור וי אויף אַ טיר צו פאַר- בינדן זיך מיטן האָרעפּאַשנעם און רעװאָלוציאָנערן יידישן המון.

איטשע מאיר וייסנבערג איז מיט זיין ;שטעטל" געקומען קין װאַרשע עס צו ווייזן פּרצן. ער עס האָט נאָר ערגעץ געהאַלטן אַ פעדער אין האַנט צי אין װאַרשע צי אויף דער יידישער פּראָװינץ אין פּױלן האָט עס באַטראַכט פאַר דעם גרעסטן אידעאַל צו קומען צו פּרצן און פון אים צו הערן דאָס דעצידירנדיקע װאָרט. עס איז געווען דאָס גורל- װאָרט פאַר די אַלע װאָס האָבן זיך געגרייט אַריינצוקומען אין דער נייער אויפװואַכנדיקער יידישער ליטעראַטור, ווייסנבערג איז פאַר פּרצן געווען די געװאַלדיקסטע אַטראַקציע, אָט אויף דעם האָט מען געװאַרט! פּרץ איז גראָד דאַן געווען דער ליטעראַרישער רעדאַקטאָר פון קוועג". אין זיין גרויסן בויערישן טעמפּעראַמענט האָט ער באַלד ווייסנבערגן אויסגערופן וי דאָס יום-טובדיקע געשעעניש אין דער יידישער ליטעראַטור. װוי דעם עפענער פון נייע פּערספּעקטיוון אין יידישן שאַפן, פּרצעס באַגייסטערונג פאַר ווייסנבערגן האָט אַלעמען אָנגעצונדן. גראָד די אינטעליגענטסטע און אינטעלעקטועלסטע פון די יידישע שריפטשטעלער, וי ה. ד. נאָמבערג למשל, האָבן אין ווייסנבערגס פּראָסטלעכן און קערנדיקן נאַטוראַליזם געזען דעם פרישן און געזונטן װאַסער-קװאַל װאָס װעט אַלעמען אָנטרינ- קען, פירן צוּ אַ ניי לעבנס-געפיל און אַרויספירן אַלעמען צו דעם אמתן

}

פּוולן 41

גענוס פון לעבן און ווירקלעכקייט. די שאַפונגען פון יידישע שריפט. שטעלער האָבן זיך דאַן בלויז געדרוקט אין צייטונגען און זשורנאַלן, און זעלטן-ווער האָט געזאַמלט זיינע זאַכן אין אַ ביכל, ווייסנבערגס קשטעטל" איז אָבער באַלד אָפּגעדרוקט געװאָרן אין אַ ביכל און צוגעגעבן געװאָרן וי אַ ליטעראַרישע פּרעמיע צום קוועג".

אין דער יידישער ליטעראַטור וי אויך צװישן יידישע ליטעראַטן האָט מען זיך גאָרנישט געקאָנט אָפּפרײען מיט דער דאָזיקער אומגעריכטער מתנה װאָס איז געקומען פון דער יידישער מאַסע. ווייסנבערג אַלײן -- איך גלויב, עס איז אים וייניק צוגעקומען צום קינסטלערישן געזונט -- האָט אָט-אָ דעם קולט אויפגענומען מיט ביידע הענט און האָט אָנגעהויבן צו פּראַװוען אין דער ליטעראַטור דעם המונישן רעאַליזם פון זיין שטעטל זשעליכאָוו. די זאַכן װאָס זיינען געקומען פון דער ערשטער פרישקייט פון זיין געמיט זיינען טאַקע געווען איבערראַשנדיקע. דער עג פון אַ װאַקסנדיקן שריפטשטעלער גייט אָבער נישט פין די ערשטע פולע עמערס פון זיין געפיל, נייערט זיי מוזן זיך פאַרטיפערן אין קינסטלערישן זעלבסט- און וועלט-דערקענטעניש. שאַפן --- איז אַ דערגרונטעווען זיך אין זיינע, דעם קינסטלערס, באַציאונגען צו דער וועלט און אין זיינע זעלישע שייכותן צו איר. אַפילו דער רעאַלסטער נאַטוראַליזם קאָן נישט אַװעקגײן פון דעם דאָזיקן וועג ווען ער וויל עפּעס דערגרייכן. עס איז זייער אינטערעסאַנט צו מאַכן אין אָט דעם פּרט אַן אַנאַלאָגיע צװוישן מאַקסים גאָרקי און איטשע מאיר ווייסנבערגן. גראָד ווייל ווייסנבערג האָט ווירקלעך געהאַט אַ גרויסן אוממיטלבאַרן טאַלאַנט װעט -- גלויב איך --- די דאָזיקע אַנאַ- לאָגיע זיין אַ טרעפלעכע. מאַקסים גאָרקי איז געקומען פון די אונטערשטע שיכטן פון דער רוסישער געזעלשאַפט. ער האָט באַלד פאַרשטאַנען אַז זיינע מאָטיוון װעלן ערשט *אַן באַקומען דעם גרויסן װערט וען זי וועלן באַלױכטן ווערן מיטן טיפסטן וועלט:וויסן. ער האָט די סאַמע המונישסטע רעאַלקײטן פון לעבן געװאָלט אַוװעקשטעלן אין אָרגאַנישן שייכות מיט דער דערקענענדיקער מענטשלעכער טראַגיק, ד"ה מיט דער קולטור פון מענטשלעכן גייסט, -- און אין דעם דאָזיקן טיפן שייכות איז גאָרקי אױיסגעװואַקסן צו איינעם פון די גרעסטע און הומאַנישסטע רוסישע שריפטשטעלער.

איטשע מאיר ווייסנבערג האָט דעם דאָזיקן וועג נישט באַנומען. ער

4 ו. ו. טרונק

האָט זיך געלאָזט באַרוישן פון זיין ערשטן דערפאָלג און געגלויבט אַז ער איז מיטאַמאָל אָנגעקומען צום שפּיץ פון זיין קינסטלערישן וועג. ער האָט נישט געוואוסט, אַז טאַלאַנט און מיליעי זיינען ערשט די אָנהױבן פון אַלע שריפטשטעלערישע מעשים און נאָר איי אַן אינערלעכן גייסטיקן קולטורעלן אויסװואַקסן, װאַקסן אויך אויס די דערגרייכונגען. ער האָט נישט געװאָלט לערנען און אַרבעטן אויף זיך נאָר געהאַלטן אין איין צערטלען זיך מיט זיין טאַלאַנט און מיט דער פּראָסטער המונישקייט פון זיינע געפילן. ער האָט געקוקט מיט פּויערישע כיטרע אייגעלעך אויף אַלע אינטעליגענטן און אויף יעדער אינטעליגענץ. ער האָט געמיינט, אַז אין אַ כמאַל אין פּיסק, אין גראָבע רייד און אין פעטע טעפּ מיט צימעס ליגט די גאַנצע חכמה און דערגרייכונג פון דער קונסט,

ווען איך בין אַריינגעקומען אין פּרצעס שטוב האָט שוין ווייסנבערגס שטערן ביי פּרצן געהאַלטן ביים אונטערגיין. פּרץ איז גראָד געווען דער קינסטלער װאָס האָט אומעטום געזוכט דעם אויסוועג צו דער העכערער מדרגה, ווען ער האָט געזען אַו ווייסנבערג בלייבט שטיין אין זיינע דער- גרייכונגען און באַװייזט נישט צו טאָן דעם מינדסטן שריט צו אינערלעכער פאַרטיפטקייט, --- האָט פּרץ באַלד אָנגעהויבן אַנטוישט צו ווערן אין דעם דאָזיקן גרויסן געווינס ווייסנבערג. אַגב האָט זיך טאַקע אױיסגעלאָזט -- און דאָס איז די לאָגיק פון יעדער אַנטװיקלונג --- אַז װיבאַלד ווייסנבערג האָט אױיסגעגאָסן דעם ערשטן פרישן עמער, זיינען די ווייטערע עמערס געווען מוטנער און מאָגערער, און ווייסנבערג האָט פּאַמעלעכל אָנגעהויבן צוריקצוגיין, צוריקצוגיין איז פּאַר פּרצן געווען דער גרעסטער חסרון פון אַ שריפטשטעלער. פּרץ איז געווען -- און דאָס איז געווען זיין גרעסטע אייגנשאַפט -- דער מענטש פונעם פּאָראויס און פון דער ווייטערער אינער- לעכער אַנטװיקלונג. דער איינציקער גרויסער חסיד ווייסנבערגס אין פּרצעס סביבה איז געבליבן ה. ד, נאָמבערג. און ער איז עס פאַרבליבן אַפילו ביז צום סוף, ווען עס האָט זיך אַרױסגעװיזן אַז פּרצעס נביאותן וועגן ווייסג- בערגן זיינען מקויים געװאָרן אויף טויזנט פּראָצענט. דער קרענקלעכער סקעפּטישער אינטעליגענט, דער מחבר פון ;פליגלמאַן* און ;שייקער און שליממזל", האָט נישט אויפגעהערט צו זען אין ווייסנבערגס נאַטו" ראַליזם די איינציקע גייסטיקע רעצעפּט פאַר פליגלמאַנען, דעם אינטע- ליגענט פון אַ יידישן בין-השמשות,

פּוילן 5

צום סוף ול איך דערמאָנען די כאַראַקטעריסטישע סצענע פון ווייסנבערגס חתונה,

געטריי זיין קולט אין דער יידישער ליטעראַטור האָט וייסנבערג אין װאַרשע חתונה געהאַט מיט אַ קצבס אַ טאָכטער. אויף דער דאָזיקער חתונה זיינען זיך --- װי סימבאָליש --- צוזאַמענגעקומען יידישע שריפט- שטעלער מיט יידישע קצבים. ס'איז געווען אַזױ צו זאָגן, אַ פאַרברידע- רונגס-אַקט צווישן דער ליטעראַטור מיטן פּראָסטן המון, די קצבים האָבן געקוקט אויפן גאַנצן ליטעראַרישן געזינדל וי אויף כניאָקעס. אָבער די יידישע שריפטשטעלער פון װואַרשע זיינען געווען אויפן זיבעטן הימל און געשעפּט נחת. ס'איז געקומען די גאַנצע סמעטענע פון דער יידישער ליטעראַטור, ובתוכם דוד פרישמאַן און י. ל. פּרץ, די קצבים האָבן גע- קלאַפּט אויף די פּלייצעס און געטרונקען לחיים מיט יידישע שריפטשטע- לער. מען האָט פאַרברענגט אין גרויס פריילעכקייט ביזן כאור,

דעם נאָענטסטן שבת אינדערפרי -- פּרץ פלעגט דאַן נישט גיין אין דער גמינע -- איז ווייסנבערג מיטן יונגן ווייבל אַרויפגעקומען צו פּרצן אָפּצוגעבן דעם אָפיציעלן וויזיט. פּרץ האָט זיי גאָר פיין אויפגענומען. עס איז געווען די צייט ווען פּרץ האָט זיך מיט אַ באַזונדערן אינטערעס אָנגעהויבן צו פאַרנעמען מיט דעם נייעם דור פון יידישע מאָלער און סקולפּטאָרן װאָס האָבן זיך אָנגעהויבן צו דערנעענטערן צו דער נייער יידישער קולטור און צו דער יידישער ליטעראַטור. עס װעט מיר אויס- קומען צו דערציילן זערפון אין די ווייטערע קאַפּיטלען. קיין װאַרשע איז דאַן דירעקט פון ארץ-ישראל געקומען דער סקולפּטאָר שמעון קראַטקע. אַ ליכטיקע קינסטלערישע פּערזענלעכקייט פון וועלכער איך װועל אין די ווייטערדיקע קאַפּיטלען דערציילן. אַחוץ די ;שטוב" פון יידישער ליטע" ראַטור, האָט אויף צעגלאַנע ביי פּרצן אויך אָנגעהויבן צו ווערן די ;שטוב" פון דער אויפװאַכנדיקער יידישער קונסט ככלל. אַלע מאָלער האָבן זיך געפלייסט צו מאָלן פּרצעס פּאָרטרעטן און שמעון קראַטקע האָט פון אים געמאַכט אַ קאָפּ,

שמעון קראַטקעס ;קאָפּ" איז געשטאַנען אויף פּרצעס שרייב-טיש צווישן דער שפע פון װאַזאָנען מיט בלומען. אַלע האָבן די דאָזיקע אַרבעט קראַטקעס שטאַרק געלויבט. אויך פּרצן איז זי געפעלן געװאָרן. פּרץ האָט געהאַט אַ טבע צו פאַרשענקען גראָד יענע זאַכן װאָס זיינען אים געווען

4 ו, י, טרונק

צום ליבסטן, פּרץ האָט ווייסנבערגן מיטן יונגן ווייבל אויפגענומען זייער האַרציק. שבת אינדערפרי איז פּרץ געווען תמיד באַזונדערס גוט אויפגע" לייגט. ער איז נאָר װאָס געהאָט צוריקגעקומען פון אַ שפּאַציר אין זאַק" סישן גאָרטן און ער האָט געוואוסט אַז היינט, שבת, װעט ער נישט גיין צו זיין זשמודנער אַרבעט אין דער גמינע.

-- נעמט אייך, ווייסנבערג, קראַטקעס קקאָפּ" אַלס דרשה-געשאַנק, -- האָט פּרץ געזאָגט מיט אַ באַזונדערער פריינטלעכקייט,

דאָס יונגע ווייבל װאָס איז געוואוינט געווען צו יאַטקע און צו די ,וואוילע יונגעןי אויף װאָלינסקע האָט מיט אויפגעריסענע אויגן געקוקט אויף דעם אויסטערלישן דרשה-געשאַנק װאָס פּרץ גיט איר אין דער באַלעבאַטישקײט אַרין. זי האָט נישט געוואוסט מיט װאָס מען עסט דאָס.

--- װאָס טויג דיר, איטשע מאיר, אַ ליימענער גולם? -- האָט זי גע- זאָגט מיט אַ פאָלקסטימלעכער אָפנהאַרציקײט.

-- ביסט אַ בהמה, ביילטשע, -- האָט וייסנבערג געַטאָן אַ הוק אויפן יונגן ווייבל. ער האָט פאַרזשמורעט די אייגעלעך. זיינע פּויעריש-. אַרױסגעשטאַרצטע קינבאַקן האָבן געציטערט פון כעס. ער האָט זיך גע" שעמט פאַר פּרצן. װאָסער ליימענער גולם ? ס'איז דאָך אַ סקולפּעטורע!

דאָס ווייבל איז אַנטשװיגן געװאָרן. זי האָט מיט גרויס אומצופרידג- קייט באַקוקט דאָס גליכטיקע* דרשה"געשאַנק.

קאַפּיטל פינף

שמעון קראַטקע דערציילט פון קונסט און פון ארץ-ישראל. יידישע פּאָלקס-קונסט. טאָטשע אַ לעבע- דיקע שרה-בת-טובים. די ליפ9סקיס און די אַלטערס. טאָטשעס טאַטע. טאָטשע שפּילט אין עשפּיגל. פרייטיק צו נאַכטס. ליבע און טעאַטער-שפּיל. טאָטשע און קראטקע שטעלן אַ חופה אין דער חורבה פון ר' יהודה החסיד. .

שמעון קראַטקע האָט זיך באַװויזן אין פּרצעס שטוב איינמאָל אין אַ נאָכמיטאָג. װער עס האָט אים אַריינגעפירט צו פּרצן ווייס איך נישט, נאָר ער איז באַלד געקומען וי די גרויסע אַטראַקציע, און דאָס איבער צוויי טעמים :

שמעון קראַטקע, הגם ער איז געווען אַ װאַרשעװער און גערעדט אַ געשמאַקן װאַרשעװער יידיש, איז אָבער צו פּרצן אַרויפגעקומען גלייך פון ארץ ישואל, ער איז דערמיט געווען דער ערשטער עקזאָט אין פּרצעס שטוב, פון וועלכן עס האָט עפּעס וי געווייעט מיט די לופטן פון אַנדערע פרעמדלעכע לאַנדשאַפּטן, יידישע שריפטשטעלער אין פּױילן זיינען גאָר- נישט געוואוינט געווען צו אַזעלכע פּאַרשױנען. ס'רוב יידישע שרייבער האָבן נאָך אַלץ געלעבט מיט זייערע שטעטלעך און מיט װאַרשע. אין יענע צייטן איז נאָך דער באַגריף קארץ ישראל" נישט געווען אַזױ פּשוט און װאָכעדיק וי אין אונזערע יאָרן, טס איז געווען אַ לאַנד װאָס איז געלעגן וי פון אינדרויסן פון אַלע געוואוינקייטן און ווירקלעכקייטן. עס איז גע" לעגן ערגעץ ווייט, ווייט אין ליכט פון לעגענדע, פאָלקס-מעשיות, חומש און צאינה-וראינה. זעלטן-ווער איז דאָרט געווען און עס האָבן דערציילט דערפון בלויז ארץ-ישראל-יידן און פרומע מאַמעס. פון אָט-אָ דעם וואונ- דערלעכן לאַנד, פון אונטער אַן אַנדער זון און אַנדערע לאַנדשאַפּטן איז אַ קום-אָן געגעבן שמעון קראַטקע. ער איז געקומען דירעקט פון ירושלים, אָט פון דעם יונגן װאַרשעװער יונגנמאַן האָט עפּעס װי געשמעקט מיט טערקישן טלית, מיט תהילים, מיט דוד המלך און מיט כותל-מערבי. מיט זיין זינגענדיקן װאַרשעװער יידיש האָט ער זאַפטיק און זייער פאַרביק

47

48 ו. ו, פרונק

דערציילט פונעם ארץ ישראלדיקן לעבן, פון די דאָרטיקע מענטשן מלבושים און לאַנדשאַפטן. ער האָט דערציילט, אַז די הימלען זיינען דאָרט טונקעלער וי די ערד. די ערד איז אַ רויטלעכע און אַן עראָטישע וי אַ באַגערנדיק ווייב. פון דער שלאַנקקייט פון די טייטל-בוימער, און פון דעם שטילן שעמעװודיקן טרויער װאָס ליגט אין די געשטאַלטן פון די ציפּרעסן,. ער האָט דערציילט פון דעם מיסטעריעזן גאַנג פון די גמלים און פון דעם שטילן קלינגען װאָס באַגלײט דאָס דאָזיקע גיין און קומען פון די מזרחישע ווייטקייטן. עי האָט דערציילט פון אַראַבער און שייכן און פון פאַרשלײיערטע פרויען,. דערביי האָט קראַטקע געשילדערט די ליניעס, פאָרמען און געשטאַלטונגען פון דעם נאַקעטן לייב פון די מזרחישע פרויען, און האָט זיי --- פּונקט וי די אַלטע יידישע און אַראַבישע דיכטער -- פאַרגליכן צו די לאַנדשאַפטן פון אָריענט צו די בערגלעך וי אויך צו דער אַרכיטעקטור פון די מעטשעטן. קראַטקע האָט שעהן לאַנג דערציילט פון ירושלים, פון די אַראַבישע באַזאַרן דאָרט, פון די געל-זיידענע כאַלאַטן פון די בוכאַרער יידן, פון דער כותל-מערבי, פון די מויערן פון ירושלים ווען זי זיינען באַגאָסן מיט לבנה-ליכט, און הינטער וועלכע --- אין לבנה" ליכט -- הויערן קאַראַװאַנען פון גמלים, און אַ סך, אַ סך סטאַדעס שאָף. קראַטקע האָט געשילדערט די בערג לאַנדשאַפטן אַרום ירושלים װאָט קוקן אויס געשניצטע פון קיניגלעכן העלפאַנט-ביין און דאָס געמיט געניסט זיי װוי קאַפּיטלעך תהילים,

איך ווייס נישט וויפל קראַטקע האָט שפּעטער דערגרייכט אין זיין קונסט, נאָר זעלטן איז מיר אויסגעקומען צו זען אַ קינסטלער מיט אַזױ פיל פרישער, אינערלעכער און אָריגינעלער שעפערישקייט וי אָט-אָ-דער יונגערמאַן. ער האָט גערעדט וועגן סקולפּטור און מאָלערײי מיט אַ שפּראַך מיט וועלכער קיינער אין דער פּראָװינצערישער סביבה פון יידישע שריפטשטעלער איז גאָר נישט געוואוינט געווען צו טראַכטן, ער האָט גערעדט מאָדערן און געטראַכט וועגן קונסט, פאַרב און פאָרעם וי עס שרייבן די גרויסע קונסט-קריטיקער אין דער װעלט:ליטעראַטור. ער איז געווען פאַר אַלעמען ניי. קראַטקע האָט, אַזױ צו זאָגן, אָנגעהויבן צו עפענען אַלעמען די אויגן און געוויזן וי אַזױ צו קוקן און געניסן קונסט,

חוץ דעם -- און דאָס האָט פּרצן צום מיינסטן אימפּאָנירט --- קראַט-

פּוילן 49

קע האָט אָנגעהויבן צו רעדן וועגן די שיינקייטן פון יידישער פאָלקס- קונסט און פאָלקס-מיניאַטורן. וועגן די שיינקייטן פון יידישן כלייקודש און פון דער טיפער קונסט-פאַרשטענדעניש פון די אַלטע יידישע גאָלד- און זילבער-שמידן. פון דער װאַרעמער און וואונדערלעכער פאַנטאַזיע פון יענע אַנאָנימען װאָס האָבן געמאָלט די ,שיוויתיס" פאַר די שולן פון דער שיינקייט פון די הייליקע לייבן, הערשעלעך, ציגעלעך און טי" בעלעך, און פון דעם גאַנצע ,ווילדן? געטיער װאָס די פאַנטאַזיע פון פרומע יידישע אַנאָנימען האָבן געלאָזט ,פּאַשען* אויף די געמעלעכצן פון די ווענט פון די שולן, איבער די ;עמודים", אויף די הענג-לייכטער, און אויף די סאַמעטענע מענטעלעך פון ספרי-תורהס. קראַטקע האָט געזאָגט, אַז מען דאַרף די אַלע אַלטע מאָטיוון אין מאָדערנע סטיליזירטע פאָרמען צוריק אַרויפברענגען אויף די הילעס און פאָדער-בלעטער פון יידישע ביכער, און אַזױ אַרום פאַרטיפן די װאָרצלען פון דער יידישער ליטעראַטור אין דער געשיכטע פון יידישער פאַנטאַזיע און געמיט.

פּרץ האָט דאַן געשריבן די ,פאָלקסטימלעכע געשיכטן" װי אויך זיינע דראַמעס. אַלצדינג מאָטיון פון דער יידישער פאָלקס-פאַנטאַזיעי פּרץ האָט בכלל ליב געהאַט גרויסע פּלענער. קראַטקעס פּלענער װאָס שייך דעם אויסזען פון יידישן בוך איז פּרצן גאָר געווען צום האַרצן.

כדי לעבעדיק צו אילוסטרירן די גאַנצע קינסטלערישע עקזאָטישע פרישקייט פון זיינע װערטער, האָט קראַטקע אַרױפגעבראַכט צו פּרצן זיין ווייב, טאָטשע.

טאָטשע האָט געשטאַמט פון די גרויסע חסידישע ,פּני" אין פּױלן, פון די מלאַװער אַלטערס און פון די קוטנער ליפּסקיס, ד"ה זי האָט גע- שטאַמט סיי פון די שענסטע אַלעקסאַנדערער און סיי פון די שענסטע גערער חסידים. די אַלטערס זיינען בכלל געווען פון די יידישע משפּחות אין פּױלן, וואו דער קאַמף צװישן דער אַלטער און נייער צייט האָט אױסגעבראַכן וי אַן ערד-ציטערניש. דער גייסטיקער מהלך צװוישן איין ברודער און אַנדעוּן, און פון איין שװועסטער צו דער אַנדערער האָט אויסגעקוקט צו זיין אַזױ ווייט װוי פון הימל צו דער ערד. אין דער משפּחה אַלטער האָט זיך טאַקע אין מיניאַטור, אָבער מיט אַ גרעסערן רעװאָלו- ציאָנערן טעמפּעראַמענט, אָפּגעטאָן דאָס אַלצדינג, װאָס האָט זיך אָפּגעטאָן אין דער נייער און גרויסער אַנטשײדונגס-תקופה פון יידן אין פּױלן

0 ו. ו. טרונק שרייבן די געשיכטע פון די מלאַװער אַלטערס װאָלט געהייסן, וייזן די לעצטע געשיכטע פון יידן אין פּוילן אין אַ טעמפּעראַטור פון טויזנט גראַד. קודם-כל איז עס געווען זייער אַ צאָלרײיכע משפּחה. ר' ישראל אַלטער, דער פּאַטער-פאַמיליאַס, האָט געהאַט אַ שלל מיט קינדער און איטלעכער פון זיי איז געווען אַ באַװונדערע וועלט. אַ קעגנזעצלעכע וועלט, אַ רעװאָלוציאָנערע וועלט. צוואַמען מיט די פרומסטע שנורן זיינען דאָרט געווען שנורן אמתע גויעס. אַן איידעם אַ שאַרפער חסיד האָט לעבן זיך געהאַט אַן איידעם אַ כשרן ערל. די אַלטערס זיינען געווען שאַרפע חסידים און טרפהניאַקעס. סוחרים און ספּעקולאַנטן און פירער פון דער יידישער און פּוילישער אַרבעטער-באַװעגוֹנג. לאַמעדװאָװניקעס און אַװאַנטורני- קעס װאָס האָבן באַשװינדלט אַ וועלט. די משפּחה אַלטער איז געווען דער קאָכעדיקער וואולקאַן צװישן די יידישע משפּחות אין פּולן,

טאָטשעס עלטערן זיינען געווען סיי פון די אַלטערס און סיי פון די ליפּסקיס. ס'איז געווען אַ ;קאָקטײיל* פון די שאַרפסטע און קעגנזעצלעכסטע משפּחה-בלוטן, עפּעס אַנדערש וי אַ נייע איבערראַשנדיקע אַטראַקציע אין דער משפּחה אַלטער האָט מען פון דעם דאָזיקן ,בלוט-געמיש" גאָר נישט געקאָנט דערװאַרטן. איך ווייס נישט וי אין שייכות שיינקייט האָט אויסגעקוקט טאָטשעס מוטער, אָבער מענדל, טאָטשעס פאָטער, ר' יהודה מאיר ליפּסקיס זון, איז געווען אַ מאַנסביל פון טעמפּעראַמענט און ראַסע, װאָס נאָר עפּעס אַן אַלטער היידענישער סקולפּטאָר האָט זיך געקאָנט פאָרשטעלן אַזאַ אידעאַל פון מאַנסבילשע שיינקייט. ער איז געווען ממש דער אויסגעחלומטער מאָדעל פאַר געטער-בילדער. אַ גריך װאָלט פון אים געמאַכט אַן אַפּאָלאָ און אַ סעמיט -- אַ קעמפנדיקן גאָט אויף אַזון- װאָגן. ער האָט אין זיך געהאַט אי די אומהיימלעכע שיינקייט פון אַסירישע געטער אי פון דער קרעפטיקער האַרמאָנישער געשטאַלט פון אַרכאַאישע גריכן. ווען ער איז אין װאַרשע געגאַנגען איבער די גויישע גאַסן האָבן די שענסטע און רייכסטע פּוילישע און יידישט פרויען אים נאָכגעקוקט און לאַנג מן-הסתם געזען זיין מאַנסבילשע געשטאַלט אין זייערע גלוס* טונגען,

טאָטשעס פאָטער איז געווען אַ ייד אַ סוחר און אַ גערער חסיד. ווען ס'זיינען ביי אים אין שטוב אונטערגעװאַקסן דריי טעכטער האָט זיך אַרױס- געוויזן װאָס עס הייסט אַזױנס שפּראָצונגען פון די אַלטערס און די ליפּס-

פּוולן 51 קיס, מעגלעך, ווייל די מיידלעך האָבן תמיד געהאַט פאַר די אויגן די וואונדערלעכע געשטאַלטלעכע שיינקייט פון זייער פאָטער, דעריבער אפשר האָבן זיי גענומען אַ וועג צו די אַװאַנטורעס פון דער קונסט. מיט דער עלטסטער, שרה, האָט נאָך מענדל ליפּסקי באַװיזן צו טאָן אַ חסידישן שידוך, דאָס טעמפּעראַמענטפולע אַװאַנטוריסטישע ווייבל װאָס האָט כסדר געחלומט צו ווערן אַ מאָלערין, איז באַלד נאָך דער חתונה אַנטלאָפן קיין פּאַריז און זיך געפילט אין דער פּאַריזער קינסטלער-באָהעמיע וי אַ פיש אין װאַסער. זי האָט צומאָל נישט אַהיים געשריבן קיין בריוול, די יינגע- רע, ליבע, האָט זיך געגרייט צו װוערן אַ באַלעט-טענצערין. טאָטשעס אידעאַל איז געווען צו זיין אַ שוישפּילערין.

זי האָט זיך צוגעוואוינט צו לעבן אין חלומות און אין הינער- פּלעט. שעהן לאַנג פלעגט טאָטשע אָפּשטײן ביים שפּיגל, איר אייגן גע- שטאַלט װאָס האָט צו איר אַרױסגעקוקט פון דעם גרויסן איינגערעמטן שפּיגל-גלאָז האָט אויסגעזען צו טראָגן אין זיך די טאָטשע פון דער צו" קונפט. די טאָטשע פון אַלע חלומות און אילוזיעס. דאָס יונגע מיידל האָט פּאַמעלעך אָנגעהויבן צו גלויבן אַז יענע טאָטשע אין שפּיגל איז די ווירק- לעכע, און זי האָט אָנגעהויבן זי צו צערטלען און צו פּיעשטשען און פאַרלאַנגט פון איר אַז זי -- די טאָטשע אין שפּיגל -- זאָל אָנהױבן אויס- . צושפּילן אַלץ װאָס עס טוט זיך נאָר אין אירע באַגערן און וויזיעס. טאָטשע האָט אויסגעזוכט אַלטע קלידער װאָס זיינען ביי די ליפּסקיס געלעגן בירושה פון פאַרצייטישע משפּחה-באָבעס. זי האָט זיך די דאָזיקע קליידער אָנגעטאָן, זי האָט ויך באַהאָנגען מיט טערקישע טיכער און מיט אַלערלײ פאַרצייטישע תכשיטים. זי האָט זיך אָנגעטאָן קופּקעס און שטערן-טיכלעך און זיך געשטעלט פאַרן שפּיגל, אַן אַלטע פאַרצייטישע באָבע איז איר אַקעגנגעטרעטן, און טאָטשע האָט איר געהייסן שפּילן און זיך באַװעגן די אַלטע באָבע אינעם שפּיגל האָט טאָטשען דערציילט אַ פאַרצייטיש מעשהלע, אַ לעגענדע פון יידישע מעשה-ביכלעך. טײילמאָל האָט טאָטשע אַרזיסגענומען פון דער שאַנק איר מוטערס חופּה-קלייד, זי האָט זיך אָנ- געטאָן אין ווייסן חופּה-קלייד, זיך אָנגעטאָן אויפן קאָפּ אַ חופּה-שלייער מיט אַ קרענצל פון פּאָמעראַנצן-בליעכץ, אַ צנועותדיקע יידישע כלה איז | טאָטשען אַפּערגעטרעטן פונעם שפּיגל-גלאָז. זי האָט געהאַלטן אַראָפּגעלאָזן

/די אויגן פון שעמעוודיקייט און פון ליבשאַפט. טאָטשע האָט געגלויבט

2 ו. י. טרונק צו זען װי די כלה שטייט אונטער דער חופה. טיף ערגעץ אין שפּיגל שפּילן קלעזמאָרים. אַ רב לייענט אַ כתובה, און אַ פרעמדער וואונדער- שיינער בחור, פּונקט אַזױ שיין וי איר פאָטער, שטייט לעבן דער כבלה. די כלה אין שפּיגל האָט אַרױיסגעשטעקט אַ פינגער מען זאָל זי מקדש זיין. אונטערן חופּה-קלייד האָט געקלאַפּט דאָס מיידלשע האַרץ מיט אַלץ אומבאַקאַנטע דערװאַרטונגען פון דער ליבשאַפט. די קאַפּעליע האָט ווידער אויפגעשפּילט, און די טאָטשע אין שפּיגל האָט זיך מיט סאָמנאַמבולישע ריטמישע שריט געלאָזט גיין מיט איר באַשערטן

פרייטיק צו נאַכטס -- מענדל ליפּסקי איז אַהײם געקומען פון גערער שטיבל, אויפן שבתדיק געדעקטן טיש האָבן געברענט ליכט אין די זיל- בערנע לייכטער, דער קידוש-וויין האָט געפינקלט אין דער ירושה-קאַ- ראַפּינקע. אַלטע זילבערנע בעכער זיינען געװען אויסגעשטעלט אויפן שבתדיקן טישטעך. די חלות זיינען געווען צוגעדעקט מיט אַ רויט-זיידן חלה-טישטעכל, געהאָפטן אין גאָלד, זילבער און פּערל. אַ חלה-טישטעכל װאָס טאָטשעס מוטער האָט כלהווייז געהאָפטן פאַרן חתן. מענדל ליפּסקי אין דער גלאַנציקער זיידענער קאַפּאָטע און אין שװאַרצן שטריימל האָט אויסגעקוקט נאָך געטערישער און מיטישער, און ער האָט זיך פאַרנומען צו מאַכן קידוש. דאָ איז טאָטשע גאָר אַרײנגעפאַלן אין היסטערישער התפּעלות, זי האָט אין דעם רבניש-אָנגעטוענעם פאָטער געזען די וויזיע פון אירע שױישפּילערישע אילוזיעס. דאָס לעבן האָט זיך אויך אַחוץ אינעם שפּיגל פאַרװאַנדלט אין אַ לעגענדע און אין טעאַטער. טאָטשע האָט אירע אויגן נישט געקאָנט אָפּרײסן פונעם פאָטער, און אין מיטן קידוש זיך נישט איינגעהאַלטן אויסצודריקן איר התפּעלות,

מענדל ליפּסקי איז זיכער געווען אַז אין טאָטשען װאַקסט אים די איינציקע פרומע טאָכטער מיט ועלכער ער װעט קענען אַ שידוך טאָן לוט זיין שטאַנד און ווילן. זי װעט אים נישט באַלד נאָך דער חתונה אַנטלויפן קיין פּאַריז און צומאָל מער נישט שרייבן קיין בריוול,

אָבער דאָ איז פונדאָסניי געקומען די גרויסע אַנטוישונג,

שמעון קראַטקע איז געווען אַ יינגל פון װאַרשעװער אָרעמקײט. מען האָט אים אַװעקגעגעבן צו אַ בעל-מלאכה, וי אַ סך עכטע קינסטלערישע נאַטורן האָט ער ביי דער אַרבעט אין דער מאַטעריע אויסגעפונען די שיינקייטן פון דער פאָרם. ער האָט אָנגעהויבן צו צייכענען צו שניצן

פּוילן 5

צו קלעפּן, און כסדו' געחלומט צו װערן אַ מאָלער און אַ סקולפּטאָר. ער איז געגאַנגען אין די װאַרשעװער מוזייען, אין די קאָשטשאָלן, אין די שולן און געװאָלט וערן איינער פון די מייסטער װאָס האָבן ביי די דאָזיקע זאַכן געאַרבעט. פון דעם אָנקוקן זיך מיט דעם כלי-קודש אין די שולן און מיט די געמעלעכצן און צייכענונגען אויף די ,שיוויתיס" און פּרוכתן האָט זיך אין אים געװועקט אַ בענקשאַפט צו פאָרן קיין ארץ-ישראל. אין דעם אַלטן הײיליקן לאַנד פון יידן װעט ער קאָנען -- האָט זיך אים אויסגעדובט -- שעפּן מאָטיוון און אינספּיראַציע מיט פולע עמערס, און ער װועט וערן אַ יידישער מייסטער. גראָד האָט זיך דעמאָלט געעפנט אין ירושלים די קונסט-שולע ,, בצלאל" און קױאַטקע האָט זיך געריסן אַהין.

וי אַזױ די חסידישע טאָכטער טאָטשע האָט זיך באַקאַנט מיטן אָרעמען קראַטקע ווייס איך נישט. אָבער אַן אָרעמער בעל-מלאָכישער בחור װאָס לעבט אין װאַרשע אין די הינער-פּלעט פון אַ פאַרצייטיקן יידישן מזרח -- האָט פאַר טאָטשען אין זיך געהאַט אַלצדינג פון אַן אָרעמען פּרינץ, װאָס טראָגט אַרום אין זיינע פאַנטאַזיעס די שפעדיקע עשרותן פון אַ וואונדערלעך קיניגרייך. קראַטקע אויז אויך אַרױסגעטראָטן צו איר וי פון די מיראַזשן פון אַ שוישפּיל, און ער איז פאַר איר דער פּאַסיקסטער פּאַרטנער מיט אים צו שפּילן די גרויסע פאַרחלומטע ליב- שאַפט. איך בין מסופּק צי טאָטשע האָט פאַר קראַטקען ווירקלעך גע- האַט דאָס געפיל פון אמתער ליבע. יעדער ווירקלעכער געפיל אין טאָטשען איז טויזנט-פאַך פאַרשווימען געװאָרן אין דעם טעאַטראַלישן זשעסט פון שוישפּיל, אַלצדינג האָט זי געשפּילט, זי האָט געשפּילט די גרויסע ליבע, פּונקט וי זי האָט געשפּילט דעם לײידנשאַפטלעכן טעמפּעראַמענט און דאָס עראָטישע ווייב פון גרויסן סטיל. און איך בין אויך מסופק צי טאָטשע איז בכלל געווען ליײידנשאַפטלעך און עראָטיש. אַלצדינג איז געווען ביי איר אילוזיע און שפּיל, אַלצדינג האָט זי געזען וי אַ פאַטאַ-מארגאַנאַ. ווען טאָ- טשע װאָלט ווירקלעך געוואוסט אונטערצושיידן צווישן ווירקלעכקייט און אילוזיע, און געבליבן וואַך אויך אין אירע מיראַזשן, --- װאָלט זי אין דער אמתן געקאָנט אױיסװאַקסן צו אַ שוישפּילערין אויף דער בינע. זי האָט אפשר געהאַט די טאַלאַנטן דערצו, אָבער טאָטשע האָט נישט געוואוסט צו מאַכן דעם חילוק. זי איז פאַרלוירן געװאָרן אין אירע מיראַזשן, און דאָרט אויך פאַרלוירן אירע מעגלעכקייטן און איר לעבן זי האָט סוף-

54 ו. ו. טרונק כל-סוף צו גאָרנישט נישט דערפירט, קיין קינסטלער האָט נאָך גאָרנישט דערגרייכט וען ער לעבט אין זיינע אילוזיעס וי אין ווירקלעכקייט. קונסט איז נעמלעך דאָס קלאָרע און ואַכע באַוואוסטזיין וועגן דעם מהות פון איר אילזאָריששקייט. װאָס מער אַ קינסטלער ווייסט דעם חילוק צוישן זיינע פאָרשטעלונגען און זיינע ווירקלעכקייטן -- אַלץ גרעסער זיינען פאַר אים די מעגלעכקייטן פון דערגרייכונג,

ווען טאָטשע האָט זיך באַקאַנט מיט שמעון קראַטקע איז זי קוים אַלט געווען זעכצן יאָר. אָבער זי האָט פאַנאַנדערגעשפּילט איר ליבשאַפט צו אים מיט אַזאַ התפּעלותדיקן פּאַטאָס און מיט אַזױ פיל לײידנשאַפּטלע- כער טעאַטראַלישקײט פון אַ יוליאַ צו אַ ראָמעאָ, אַז מענדל ליפּסקי האָט זיך ממש דערשראָקן. ער האָט געפּרואװוט שטעלן אַ װידערשטאַנד, װאָס טויג אים אַן אָרעמער איידעם מיט אַ שליממזלדיקן פאַך פון אַ קינסטלער? אָבער מענדל ליפּסקי האָט נישט געוואוסט אַז װאָס גרעסער זיין ווידער- שטאַנד -- אַלץ פאַרביקער און לעגענדאַרישער ווערט די בינע אויף וועל- כער טאָטשע שפּילט איצט אויס איר שפּיל. צװוישן ראָמעאָ און יוליאַ זיינען פאָרגעקומען באַהאַלטענע זעענישן. מען האָט זיך געשוואזירן איי- ביקע ליבשאַפט ביי די שטערן אין הימל און ביי דער שיין פון דער לבנה, שמעון קראַטקע האָט זיך פּאַמעלעכל געקליבן צו פאָרן קיין ארץ-ישראל. טאָטשע האָט אים באַשווואירן אַז ער זאָל זי אַרױיסגנבענען פון איר פאָ- טערס הויז. זי איז טאַקע מיט אים אַנטלאָפן קיין ירושלים און געשטעלט מיט אים אַ חופּה אין דער חורבה פון ר' יהודה החסיד,

קאַפּיטל זעקס

טאָטשעס הלבשת. אַ גיד* פון דער תורה. רע- גינאַ שאַפּראָ. בערטע. פלענער וועגן אַ מאָדערן יידיען טעאַטער. אָנקל סעם ווערט יײידישער טעאַטער-דירעק- טאָר. קראַטקעס אַטעליע. טאָטשעס בודואַר. דאָס גאָל- דענע ציגעלע. טאָטשע ויינט דאָס גרוֹיסע געוױין אי" נעםס ריטם פון אַ גריכישן כאָר,

ווען נאָך צוויי יאָר אָפּזײן אין ירושלים האָט שמעון קראַטקע אַרויפ- (געבראַכט טאָטשען צו פּרצן, איז עס געװען די גרעסטע אַטראַקציע. ס'האָט זיך אין פּרצעס שטוב באַוויזן שרה בת טובים צי גאָר די מאַמע רחל װאָס קראַטקע האָט זי אַ לעבעדיקע אַהער געבראַכט פון אונטערן שטיין אויפן וועג קיין בית-לחם. דאָס דראָבנע ווייבלעכע נפשל איז געווען באַהאָנגען מיט אמתע פרומע פאַטשיילעס פון ארץ-ישראל, איינגעוויקלט אין טערקישע טיכער. זי האָט געטראָגן אַ געל-זיידן קלייד װאָס האָט אויסגעקוקט וי אַ רבישער שלאָף-ראָק אָדער וי עפּעס אַ געװאַנט פון מזרחישע דערווישן. אויך די האָר זיינען איר געווען פאַרהילט אין פאַר- ביקע שמאַטקעס און שמאַטקעלעך, באַשטאָכן און באַשפּילקעט מיט אַלטע ציטער-נאָדלען, מיט אַראַבישע שפּילקעלעך און מיט סתם תכשיטים פון הײיליקן בערנשטיין און אַנדערע מזרחישע שטיינער און גלאָזװאַרגן. אין די אויערן האָט זי, װוי די פאַרצייטישע באָבעס, געטראָגן גרויסע טונקל- גרינע שטיינדלעך געפאַסט אין אַלטן גאָלד. אַחוץ דעם איז זי גלאַט געווען באַהאָנגען מיט קמיעות און קמיעהלעך, פּערלמוטערנע פלעשלעך אויף בשמים און שמעק-װאַסערן, בראָשקעלעך און קעסטעלעך, און דעם גאַנצן רעקוויזיט פון ארץיישראל און פון פאַרצייטיקע דורות. ווען זי האָט אויפגעהויבן איר קליינש און שמאָלע האַנט, אַ האַנט אָנגעשפּיקעװעט מיט בראָנזעלעטן און פינגערלעך װאָס האָבן געשמעקט מיט באַזאַרן און מו- זעאומס, האָבן מיר ווידער געהאַט דעם איינדרוק אַז אַ לעבעדיקע ;יד" פון דער תורה הויבט זיך אויף איבער פּרצעס טיש און גייט אונז אַלעמען טייטלען אין דער פּרשה,

7

58 ו, ו. מרונק

שמעון קראַטקע אַליין אי געווען װי פאַרצויבערט פון דעם דאָזיקן קליינעם אויסטערלישן ווייבל. פון אַלע קאָמפּאָזיציעס װאָס ער האָט גע- וויזן און פון די אַלע פאַרשיידענע פּואָיעקטן פאַר פאַרצירונגען פון יידישע ביכער -- אומעטום האָט פון די קאָנטורן און ליניעס אַרױיסגעקוקט איר געשטאַלט. איר געשטאַלט אין פאַרשיידענערליי סטיליזירונגען און אופנים, אַחוץ דעם האָט ער זי נישט אויפגעהערט צו מאָדעלירן, ער האָט געמאַכט פון טאָטשען אַ קאָפּ, האַלב מאַדאָנע האַלב רביצין. אויך האָט ער גע" קלעפּט איר אַקט, אונז געפירט אין זיין אַטעליע און געוויזן טאָטשעס נאַקעטקײט, ס'איז געווען אַן איידעלער ליגנדיקער פרויען-קערפּער װאָס האָט אין זיין ליידפולער דערװאַרטונג דערמאַנט סיי אין דער ;פּיעטאַ* פון מיקל אַנדזשעלאָ און סיי אין דער בויגעװודיקער צאַרטקײט פון די ליניעס אין עפּעס אַן איידל אַלטערטימלעך-קיניגלעך געפעס װאָס באַהאַלט אין זיך די שמעקנדיקע בוימאיילן פון שיר-השירים,

קיין סך דאַמען און אינטערעסאַנטע פרויען פלעגן צו פּרצן נישט אַרויפקומען. די יידישע ליטעראַטור איז קיינמאָל נישט געשטאַנען אין גרויס חשיבות ביי די פרויען פון די בירגערלעכע און געבילדעטע קרייזן פון דער יידישער געזעלשאַפט אין פּוילן, מען האָט נאָך אַלץ געקוקט אויף איר פון ;אױיבנאַראָפּ" און געזען קולטור און שיינקייט נאָר אין דעם װאָס איז אויף פּויליש, פונדעסטוועגן זיינען געווען אױיסנאַמען. דאָ האָט די גרויסע פּערזענלעכקייט פון פּרצן צו זיך צוגעצויגן. עס פלעגט אַמאָל אַרויפקומען צו פּרצן רעגינע שאַפּיראָ, אַ הויכע טונקעלע דאַמע, מיט יצר-הרע-הערעלעך איבער די ליפּן, און מיט אַ סך אַריסטאָקראַטישע מאַ- ניערן. מען האָט געזאָגט, אַז זי איז עפּעס אַזױנס וי פּרצעס מוזע. ער לייענט איר פאָר זיינע שאַפונגען און איר געשטאַלט גיט אים אַ סך אינספּי- ראַציע,. אין פּרצעס דראַמען ווערט עטלעכע מאָל דערמאָנט די ;שװאַרצע פּעשע*, אין ;טויט פון אַ קלעזמער" איז זי די געליבטע פון דעם קלעזמער. אין פּרצעס בריוו הייסט זי ;די דאַמע ביים מעער" -- דאָס אַלץ זאָל זיין רעגינע שאַפּיראַ. די צווייטע דאַמע װאָס פלעגט אַרויפקומען צו פּרצן איז געווען בערטאַ, די פרוי פון לעאָן פייגנבוים. זי איז געווען זייער אַ סימפּאַטישע אינטעליגענטע פרוי, אַן ענערגישע און לעבעדיקע און האָט גערעדט אַ פיינעם געשמאַקן יידיש. די סיבה איז געווען אַ פּשוטע: בערטאַ

פּוילן 59 האָט שוין געשטאַמט פון סאָציאַליסטישע קרייזן און איז געקומען פון ריגע. אָבער טאָטשע האָט אויסגעקוקט זיי אַלעמען צו שטעלן אין שאָטן. עס האָט זיך ממש אין איר פּערזאָן אַ יידישע מוזע אַראָפּגעלאָזט פון די הימלען, דאָס איז דאָך די קונסט אין אַ ווייבערישער ספּודניצע. און װאָסער ספּודניצע! סאַמע שמן-זית און תורה-מענטעלעך.

פּרץ האָט זיך תמיד אַרומגעטראָגן מיט גרויסע פּלענער. ער איז באמת געווען דער פּיאָנער פון יעדן יידישן שאַפן, אין יענע צייטן האָט זיך פּרץ אַרומגעטראָגן מיט אַ פּלאַן װעגן אַ מאָדערן יידיש טעאַטער, עפּעס אַזױנס וי אַ יידיש קאַמער-שפּיל װאָס זאָל אַרױסטראָגן אויף די ברעטער זיינע, פּרצעס, דראַמאַטישע זעאונגען. אויך דאָ זיינען קראַטקע און טאָטשע געקומען וי אַן אַנטפּלעקונג. ס'האָט געהייסן אַז טאָטשע איז אַ גרויסע מאָדערנע שוישפּילערין. קראַטקע האָט געהאַט פּלענער וועגן די דעקאָראַציעס פון אַ נאַציאָנאַל יידיש טעאַטעד אין הויכן און פאַרטיפטן סטיל. אַזױ צו זאָגן, די טייז רויט פאַר אַ מאָדערנער יידישער בינע זיינען כמעט וי אַראָפּגעפאַלן פון דאַך, און ס'גייט נאָר אין צוזאַמענשטעלן אַ טרופע,

אין פּוילן האָבן זיך אין אַלע שטעט און שטעטלעך געגרינדעט ליבי האָבער-טרופּעס וואו יונגעלייט און מיידלעך האָבן געפּרואװוט צו שפּילן די בעסערע ליטערארישע דראַמעס פון דער יידישער ליטעראַטור. אויך אין װאַרשע איז געווען אַ ליבהאָבער-טרופּע. זי האָט מיט גרויס דערפאָלג געשפּילט פּרצן, שלום אַשן, פּרץ הירשביינען און שלום עליכמען, דער שטערן פון דער דאָזיקער טרופּע איז געווען מאַרק שוייד, ער האָט אויך געשריבן לידער און פלעגט אַרויפקומען צו פּרצן. אויף אָט-דעם שיייידן האָט מען אָנגעהויבן צו קוקן וי אויף דעם מענלעכן פּאַרטנער פאַר טאָטשען אין דעם נייעם עקטפערימענטירנדיקן יידישן קאַמער-שפּיל,

צווישן דער יוגנט אין װאַרשע האָט זיך באַלד פאַרשפּרײט אַז פּרץ זוכט יונגע שוישפּילער און שוישפּילערינס פאַר זיינס אַ טרופּע. אַחוץ יונגעלייט װאָס זיינען אַרויפגעקומען צו פּרצן אים וייזן זייערע כחבים, האָבן זיך אָנגעהויבן צו באַווייזן יונגע בחורים און מיידלעך װאָס האָבן געגלויבט צו האָבן שוישפּילערישן טאַלאַנט, |

די אַרבעט איז געווען אַ גרויסע, דאָ איז אַראָפּנעפאַלן אַ נייע הילף פון די הימלען,

60 ו, ו. טרונק

אין פּרצעס שטוב האָט זיך מיטאַמאָל באַװיזן אַן אַמעריקאַנער ז. װענדראָף.

מיט װאָס ז, װענדראָף איז געווען אַן אַמעריקאַנער איז שווער צו זאָגן, סך-הכל איז ער געווען אַ געשמאַקער און פיפיקער ליטװאַק מיט אַ סך לומדישן וויץ און מיט אַ גוטער זשורנאַליסטישער פעדער. ער איז געווען אויסגעקאָכט אין יידישע צרות פון ,פּראַװאָזשיטעלסטװאָ*, פון די דאָזיקע צרות האָט ער געוואוסט צו שרייבן און צו דערציילן זייער פריי- לעכע מעשיות. מיט אַמעריקע האָט ער געהאַט צו טאָן אַזױ פיל וויפל אַ סלאָבאָדקער ישיבה-בחור. פאָרט איז ער צו פּרצן געקומען פון ניו-יאָרק. וי לאַנג ז. װענדראָף האָט פאַרבראַנט אין דער גאָלדענער מדינה, ווייט איך נישט, אָבער ער איז געקומען פון דאָרט אַן אױיסגעדאַרטער, אַן אָפּגעראַזירטער װי מען װאָלט אים דאָס פּנים אָפּגעשאָבן כדי ער זאָל אויסקוקן װי אַ סריס -- און מיט קעסטלדיקע ענגלישע היזן, מיט אַ האַרטן קאַפּעליוש כון אַ דענדי, און מיט דאַרע ליטווישע פינגער װאָס | זיינען געווען באַזעצט מיט גראָבע גאָלדענע פינגערלעך. ער האָט גע- שפּילט פאַר אונז דעם אַמעריקאַנער אָלרײטניק, דערציילט פון די עלע- ווייטערס אין ניו-יאָרק און פון די יידישע רעסטאָראַנען אויף דער איסט" סייד. דערצו צייטנווייז --- ווען ער איז געווען אין אַ באַזונדער גוטער שטימונג --- האָט עו ליב געהאַט צוצומישן צו זיין שאַרפן ליטווישן יידיש עטלעכע ענגלישע אויסדרוקן. אָט מיט דעם באַגאַזש האָט ז. װענדראָף רעפּרעזענטירט אַמעריקע, אַז ז. װענדראָף האָט געהערט װי עס קאָכט זיך ביי פּרצן מיט די פּלענער פון אַ ניי יידיש טעאַטער, האָט ער מיטאַמאָל אָנגעהויבן צו ווייון ווילדע בקיאותן אין טעאַטער-לעבן פון אַמעריקע. ער האָט כמעט וי געוואוינט דאָרט הינטער די קוליסן און איז אויסגע- קניפּט און אויסגעבונדן מיט אַלע סטאַרס און סטאַרקעס פון דער יידישער בינע אין ניװ-יאָרק, הכלל עס האָט זיך אַרױסגעװיזן אַז ז. װענדראָף איז פּשוט דער געבענטשטער קאַנדידאַט אויף דירעקטאָר אינעם נייעם טעאַי טער. ז. װענדראָף, אַ גוטמוטיקער און פיפיקער ליטװאַק װאָס האָט אַלצ- דינג גענומען פון דער לייכטער זייט, אים איז געפעלן געװאָרן די יאַרמל- קע װאָס מען האָט אים אומגעריכטערהייט אָנגעטאָן און ער האָט געזאָג צו פּרצן, אַז מירצעשעם נאָכדעם װי די ערשטע פאָרשטעלונג ועט אַדורכ- גיין בשלום קויפט ער זיך אַ גרויען צילינדער וי דער אָנקל סעם אוֹן לאָזט

פּוילן 61 זיך אין אַזאַ צילינדער איבער װאַרשעװער גאַסן כדי יידן זאָלן זען װאָס עס הייסט אַן אַמעריקאַנער דירעקטאָר,

מיטן טעאַטער האָט מען זיך לאַנג אַרומגעפּאָרעט און עס איז עפּעס נישט געגאַנגען. דערווייל האָט זיך קראַטקע מיט טאָטשען אַרויפגעצויגן אויף אַ בוידעם ערגעץ אין די העכסטע הייזער אויפן גזשיבאָו, און דאָרט איינגעאָרדנט דעם ערשטן יידישן קינסטלעראַטעליע אין װאַרשע.

די בוידעם-פענצטער פון קראַטקעס אַטעליע זיינען אַרױסגעגאַנגען אויף איינעם פון די באַלעבטסטע און גרעסטע גזשיבאָווער הייף. ס'איז געווען אַ הויף װאָס האָט זיך געצויגן קווער פון פּאַנסקאַ ביזן גזשיבאָוו און איז געווען אַלין פאַר זיך אַ װאַרשע אין מיניאַטור. ס'איז דאָרט תמיד געווען אַ מאַרק מיט ביידלעך און מיט קראָמען. אַ הויף פול מיט יאָטקעס און מיט פיש-געוועלבן. אַפילו בלעכער און שמידן האָבן דאָרט געאַרבעט. ס'האָט זיך געהערט דאָס קלאַפּן פון האַמערס באַגלייך מיטן אומאויפהער- לעכן געשריי פון יידן און יידענעס. בעלי-עגלות זיינען דאָרט אַריינגע- פאָרן מיט זייערע וועגענער, אױיסגעלאָדנט און אָנגעלאָדנט סחורות. דער הויף האָט גערוישט און געווימלט וי פון אַ ים מיט מענטשן. אויף קראַט- קעס בוידעם האָט זיך עס אָבער געהערט וי אַ ווייטער, ווייטער געברום. דאָ האָט דאָס ליכט אַרײנגעשפּאַרט פון אַלע שפּאַרונעס און ס'האָבן זיך געזען די ווייטע פּליינען פון װאַרשעװער דעכער. קראַטקעס בוידעם איז געווען אױיסגעהאָנגען מיט צייכענונגען װאָס נישט בלויז די מענטשלעכע פיגורן האָבן אַראָפּגעקוקט וי סטיליזירטע טאָטשעס, נייערט אַפילו די אַלערלײ הערשעלעך, ציגעלעך און העזעלעך האָבן אַלע היפּשלעך געכאַפּט טאָטשעס אָנבליק. זיי האָבן אויסגעקוקט וי טאָטשע אינעם געשטאַלט פון אַנימאַלישע באַשעפענישן. אַחוץ דעם איז דער אַטעליע געוען אָנ- געשטעלט מיט אַלערלײ סקולפּטורן װאָס קראַטקע האָט געהאַלטן אין מיטן אַרבעטן. די נאָך נישט אױיסגעפאַרטיקטע פיגורן אין ליים-צושטאַנד זיינען געווען באַהאָנגען און באַװיקלט מיט נאַסע שמאַטעס און טיכער. אויפן דיל אין קראַטקעס בוידעם האָבן זיך אַרומגעװאַלגערט אַלערלײ גיפּס- קעפּ, גיפּס-קערפּערס און אָפּגעהאַקטע איברים פון גיפּס. פון אַלעם האָבן אַרויסגעקוקט טאָטשעס בליקן,

טאָטשע האָט זיך אָפּגעטײלט אַ שטיקל אָרט אויפן בוידעם פאַר זיך אַלײן אַלס בודואַר צי שלאָף-:שטוב. זי האָט עס פאַרהאָנגען מיט אַלטע

62 ו, י, טרונק

טערקישע טיכער און מיט געלע צעריסענע בראָקאַטן װאָס זי האָט מיט- געבראַכט פון ירושלים. אינעװייניק אין טאָטשעס בודואַר אויפן בוידעם איז געווען תמיד אַ האַלב-טוגקלעניש װאָס איז געווען שווער באַלױכטן מיט אייליפלעמעלעך װאָס האָבן מיסטיש געפלאַקערט אין אַלערלײ חנוכה-לעמפּלעך, מנורהלעך, ליימענע קרוגעלעך און אַנטיקע יידישע אייל-לעמפּלעך װאָס מען געפינט מאַסנװײז אין דער ערד פון ארץ-ישראל און װאָס האָבן נאָך געלויכטן אַמאָל ביי די אַלטע יידן פאַרן ערשטן און צווייטן חורבן. די דאָזיקע אַלטע יידישע לעמפּלעך האָבן פונדאָסניי אוים- געלויכטן אין דער טונקלעניש פון טאָטשעס בודואַר. אַחוץ דעם זיינען סתם אָנגעשטעלט געווען קעפּ און קעפּלעך, געטשלעך פון כנענישע עבודה-זרות װאָס קראַטקע האָט מיטגעבראַכט פון ארץ-ישראל. טאָטשעס בעט האָט גיכער אויסגעקוקט וי אַ ;מיטה" איידער וי אַ בעט, און עס איז געווען באַלײגט און באַהאָנגען מיט פּרוכתן און אָריענטאַלישע טיכער. ס'האָט זיך עפּעס גאָרנישט צוגעגלויבט אַז טאָטשע לייגט זיך טאַקע שלאָפן אויף דעם דאָזיקן אויסטערלישן און אומהיימלעכן געלעגער,

כדי צו פאַרווירקלעכן זיינע פּלענער װאָס שייך די אָרנאַמענטן אויף יידישע ביכער און די דעקאָראַציעס פאַרן טעאַטער וואו טאָטשע באַדאַרף שפּילן -- האָט זיך קראַטקע פאַרשאַפט אַלערלײ לעבעדיקע העזעלעך און קראָליקלעך, װי אויך עטלעכע ווייסע הענער װאָס זאָלן אים דינען וי מאָדעלן פאַר זיינע צייכענונגען און קאָמפּאָזיציעס,. צװוישן די אָפּגע- האַקטע קעפּ און טאָרסאָס אויפן דיל זיינען אַרומגעשפּרונגען העזעלעך און קראָליקלעך, די ווייסע הענער האָבן האָפּערדיק געפּיקט אין די קונסט- ווערק. דאַן האָט זיך קראַטקע פאַרשאַפט אַ לעבעדיק ווייס ציגעלע. ער האָט עס באַדאַרפט האָבן װי אַ מאָדעל פאַר זיינס א נייע גרויסע קאָמפּאָ- זיציע און טאַקע פאַר די דעקאָראַציעס פון פּרצעס טעאַטער, דאָס ציגעלע = איז געווען גאָר אַ האָפּערדיקס. עס האָט אַלעמען שקאָציש געשטויסן מיט זיינע הערנערלעך און גאָר פריילעך געמעקעט אין קראַטקעס אַטעליע. ווען עס איז מיד געװאָרן האָט עס זיך באַזונדערס ליב געהאַט אַװעקצו" לייגן אויף דער אומהיימלעכער ;מיטה" אין טאָטשעס בודואַר. מיר אַלע האָבן דאָס ציגעלע זייער ליב געהאַט און עס איז געװאָרן װי אַ טייל פון דער יידישער קינסטלער- און שרייבער-משפּחה װאָס פלעגט אַרױיפ- קומען צו קראַטקען. דאָס ציגעלע האָט אַזױי ווייט פאַרנומען טאָטשעס

פּוילן : פאַנטאַזיע, אַז זי האָט אויך דערמיט אָנגעהויבן צו שפּילן טעאַטער. אין אַ שיינעם אויפדערנאַכט ווען קיינער איז נישט געווען אין אַטעליע האָט זי גענומען אַ טאָפּ מיט גאָלדפאַרב און דאָס קליינע ווייסע ציגעלע אָפּ- געפאַרבט אויף גאָלד,. זי האָט געװאָלט דווקא האָבן אַ גאָלדן ציגעלע. אַ ציגעלע פון די געזאַנגען און לידער. טאָטשע האָט װייניק געקאָנט נאַטור-װיסנשאַפט און נישט געוואוסט, אַז מיט דעם אָפּשמירן אויף גאָלד פאַרשטופּט זי אַלע אָטעם-לעכלעך פון ציגעלעס פעל. טאָטשע האָט זיך געלייגט שלאָפן אויף דער ;מיטה" און אױיסגעלאָשן אַלע מיסטעריעזע אייל-פלעמלעך ביי זיך אין בוֹדואַר. טאָטשע איז אַיינגעשלאָפן און מן- הסתם געחלומט פונעם גאָלדענעם ציגעלע. צומאָרגנס איז דאָס ציגעלע געלעגן אַ טויטס צווישן די קונסט-ווערק אין קראַטקעס אַטעליע. אַ טויט גאָלדן ציגעלע,

דער טרויער אין קראַטקעס בוידעם איז געווען אומבאַשרייבלעך. טאָטשע האָט זיך פאַרהילט אין טיפן שװאַרץ. זיך אַנידערגעזעצט אויף דער ערד לעבן טויטן גאָלדענעם ציגעלע און אָנגעהויבן דאָס גרויסע גע" וויין אין ריטם פון אַן אַלטן גריכישן כאָר,

קאַפּיט? זיבן

פרץ און יעקב דינעזאָן. דינעזאָנס פּאָפּולאַריטעט אין תפוצות ישׂראל. װאָס הייסט קעמפן קעגן פרצןן? דינעזאָנס באַציאונגע! צו יידישע שרייבער. בי די- נעזאָנען אין שטוב אויף דזשעלנע.

פון די סטאַבילע מענטשן װאָס פלעגן אַרויפקומען צו פּרצן -- און זיי האָבן באַלאַנגט כמעט װי צו פּרצעס משפּחה און אָנטײילגענומען אין אַלע אירע פריידן און זאָרגן --- איז געווען יעקב דינעזאָן,

די טיפע איבערגעגעבענע ברידערלעכע פרינדשאַפט פון יעקב דינעזאָנען צו פּרצן האָט געקענט דינען פאַר אַ מוסטער וי אַזױי איין שריפטשטעלער קאָן האָבן צום אַנדערן די איבערגעגעבנסטע באַציאונג, פאַרערונג און פריינדשאַפט װאָס גרענעצט פּשוט מיט זעלבסטלאָזיקײט --- און דאָס זיינען געווען די באַציאונגען פון דינעזאָנען צו פּרצן. מען דאַרף נישט פאַרגעסן, אַז ווען פּרץ איז אַרײנגעקומען אין דער יידישער ליטעראַ- טור איז דינעזאָן געשטאַנען אויף די הויכענישן פון זיין רום. ער איז געווען אַ פאָלקס-שרייבער אין פולן זין פון װאָרט. די יידישע מאַסע האָט זיך בוכשטעבלעך מיטגעפרייט, מיטגעליטן און מיטגעוויינט מיט די שמחות און ליידן פון דינעזאָנס העלדן. הגם געליטן האָבן זיי --- דינעזאָנס העלדן -- מיט פולע עמערס און די שמחות זיינען ביי זיי געווען אַזױנע זעלטענע און אַזױנע װינציקע. װען עס האָט זיך באַװיזן דינעזאָנס ראָמאַן ,דער שװאַרצער יונגערמאַנטשיק", האָבן זיך קיין שום שװאַרצע יינגערמאַג- טשיקלעך נישט געטאָרט באַװײיזן אין כל תפוצות ישראל. די יידישע מאַסע האָט זיי געשלאָגן אויף די גאַסן. ווען עס האָט זיך באַװיזן ;יאָסעלע* ‏ -- איז אין יידישע שטובן געווען אַ גרויס געוויין, דאָס רחמנות אויפן עלנטן יתום האָט צוגעדריקט טױיזנטער יידישע הערצער. אינעם געמיט פון דער יידישער מאַסע האָט דער נאָמען דינעזאָן געקלונגען ממש וי אַ לע גענדע פול מיט טרויער, מיט רחמנות און מיט ליבשאַפט. פונדעסטוועגן ---

67

8 י. י. טרונק װיבאַלד פּרץ האָט זיך נאָר באַװיזן אין דער יידישער ליטעראַטור האָט דינעזאָן אָנגעהויבן אָנערקענען אַז דאָ קומט דער גרעסערער ברודער, דער מענטש פון דער צוקונפט פון דער יידישער ליטעראַטור, און ער האָט באַלד זיך אָנגעהויבן אַראָפּצורוקן אויפן צווייטן אָרט און צו גרייטן דעם אױבנאָן פאַר פּרצן,

ווען איך האָב באַגעגנט דינעזאָנען איז ער שוין געװען אַן אַלטער און אַ ווייסער וי אַ טויב. ער איז געווען דראָבנע וי אַ יינגעלע. ער האָט געטראָגן אַ שפּיציק גראָ בערדעלע און היפּשע דיקע װאָנצעס, און האָט געהאַט אַ פּאָר גוטע לאַכנדיקע אויגן. ער האָט גיכער אויסגעקוקט וי אַ יינגעלע װאָס איז גראָ און אַלט געװאָרן. איך ווייס נישט צי ער איז עלטער געווען פון פּרצן. נאָר אַזױ װוי פּרץ האָט געשוימט מיט יוגנט- לעכקייט, האָט אים אויך דאָ דינעזאָן אָפּגעטראָטן דאָס אָרט. ער האָט נישט געװאָלט אויסקוקן יונג לעבן פּרצן. אומעטום האָט דינעזאָן גע" װאָלט אָפּגעבן פּרצן די קרוין און דעם אױבנאָן. ער, יעקב דינעזאָן, דאַרף נישט מער טאָן, נאָר מיט דער טיפטטער איבערגעגעבנקייט אָפּהיטן די דאָזיקע קרוין פון דער יידישער ליטעראַטור אַז עס זאָל חלילה אויף איר נישט פאַלן קיין שטויבעלע. ער האָט קינמאָל נישט מוחל געװען ווען עמעצער האָט געפּרואווט אויף דאָס מינדסטע צו מינערן פּרצעס חשיבות. דעריבער האָט דעם אייגנטלעכן ברוגז מיט דוד פרישמאַנען געפירט יעקב דינעזאָן. פּרץ איז בכלל נישט געווען קיין נוקם ונוטר. ער האָט פאַרגעסן אַן עוולה און גענומען לייכט די פיילן װאָס דוד פרישמאַן שיסט אויף אים. יעקב דינעזאָן האָט עס אָבער נישט געקאָנט מוחל זיין. װאָס הייסט? לא די מען בוקט זיך נישט פאַר פּרצן האָט מען גאָר די העזה אויף אים צו זאָגן שלעכטע ווערטער?

אַזױ האָט זיך יעקב דינעואָן פּאַמעלעכל פאַרואַנדלט אין אַ זאָרגן- דיקער מאַמע פאַר פּרצן. ער האָט געזאָרגט פאַר זיין כבוד, פאַר זיינע אַרבעטן, װוי אויך פאַר פּרצעס פּרנסה און הצטרכותן, דינעזאָן האָט אַלצ- דינג געמוזט וויסן װאָס עס טוט זיך ביי פּרצן אין שטוב. די מאַדאַם פּרץ פלעגט זיך מיט אים וועגן אַלצדינג אויסשמועסן, און ער האָט זיך גע" זאָרגט און געזאָגט דעות. ווען ער האָט נאָר געהאַט צייט איז ער גע- זעסן ביי פּרצעס טיש און געמאַכט פאַר אים פּאַפּיראָסן,. שעהן-לאַנג האָט דינעזאָן געקאָנט מאַכן פּרצעס פּאַפּיראָסן און דאָס איז געווען פאַר אים

פּוילן 9 דער גרעסטער אָפּרז. ער האָט דאַן גערעדט מיט פּרצן צי מיט דער מאַדאַם פּרץ וועגן אַלערלײ היימישע און שטוביקע ענינים, אָדער גאָר געהאָרכט אַ נייע זאַך װאָס פּרץ האָט אָקערשט װאָס געהאַט אָנגעשריבן. פּרץ האָט אים אַלצדינג פאָרגעלייענט, און דינעזאָן האָט תמיד אויסגעדריקט זיין התפּעלות און געזאָגט, אַז אַזױנס און אַזעלכעס איז נאָך נישט אָנגע- שריבן געװאָרן, כ'האָב קיינמאָל נישט געהערט אַז דינעזאָן זאָל עפּעס קריטיקירן װאָס פּרץ האָט אָנגעשריבן. אַלצדינג װאָס איז אַרױיס פון פּרצעס פעדער איז אין דינעזאַנס אויגן געווען לויטער גינגאָלד, די נעמלעכע באַ-. ציאונג האָט ער געהאַט צו די יידישע שרייבער װאָס פלעגן אַרויפקומען צו פּרצן. דינעזאָן האָט נאָר איבערגעחזרט וועגן זיי פּרצעס מיינונג און געהאַט צו זיי די זעלביקע באַציאונג װאָס פּרץ. ער האָט געלויבט און ליב געהאַט די יעניקע יידישע שריפטשטעלער וועלכע פּרץ האָט געלויבט און ליב געהאַט. ווען פּרץ איז געווען צו עמעצען קאַלט איז אויך דינע- זאָנס באַציאונג געווען אַ קאַלטע. מען האָט נאָר באַדאַרפט צו רעדן מיט דינעזאָנען וועגן אַ שרייבער און מען האָט באַלזד געוואוסט װי עס טראַכט פּרץ,

פּרץ איז געווען זייער אַן איידעלער מענטש און ער האָט געוואוסט אָפּצושאַצן די חברישע און פאָטערלעכע איבערגעגעבנקייט. איך האָב קיינמאָל נישט געהערט אַז פּרץ זאָל ווען עס איז רעדן וועגן דינעזאָנס שאַפונגען,. משמעות האָט ער ועגן זיי נישט געהאַט קיין געהויבענע מיינונג. אָבער ווען עמעצער האָט גערימט דינעזאָנען און דערציילט פון זיין פּאָפּולאַריטעט ביי די פּשוטע פאָלקס-מענטשן האָט פּרץ צופרידן גע" שמייכלט און דערפון געהאַט גרויס הנאה. איינמאָל בלויז -- דוכט זיך עפּעס ביי דינעזאָנס אַ יובילעאום --- האָט פּרץ אָנגעשריבן אַן עסיי ;די" נעזאָן דער מאָראַליסט* אין וועלכן מען זעט פּרצעס טיפע דאַנקבאַרע ליבשאַפט צו דינעזאָנען. סתם אַזױ האָט ער אים גערופן ;אַלטער" און זיך פאַר אים אַלצדינג אָנפאַרטרױט. טײילמאָל -- נישט זייער אָפט -- פלעגט פּרץ באַזוכן דינעזאָנען. דינעזאָן איז געווען אַן אַלטער בחור, דוכט זיך אַ קרבן פון אַן אַמאָליקער אומגליקלעכער ליבע, וועלכע דינעזאָן האָט געהאַלטן אין טיפן בסוד וי זיינס אַ הײליקטום. מן-הסתם האָט נענטערע פּרטים געוואוסט בלויז פּרץ אַלײן, ער האָט געוואוינט, יעקב דינעזאָן, אין אַ שטיבל אויף דזשעלנע 15, בשכנות מיט זיינס אַ שוועסטער.

0 ו. ו. טרונק דאָס שטיבל האָט קיינמאָל נישט געמוזט אויסגעקערט וװוערן. אַ שטיבל מיט אָפּגעריסענע ווענט און מיט פענצטער אָן שום פאָרהאַנגען. די פענצטער זיינען אַרױסגעגאַנגען אויפן הויף, אינעװייניק אין דינעזאָנס חדר -- אין וועלכן ער האָט געוואוינט כמעט דאָס גאַנצע לעבן זיינס -- איז געווען פול מיט שטויב און מיט גאַנצע שטויסן פון אַלטע צייטונגען. ס'איז שווער געווען דאָרט צו אָטעמען מחמת דעם שטויב און דעם אַלטן פּאַפּיר. ביי" נאַכט, ווען דינעזאָן איז געשלאָפן, האָבן מן-הסתם די מייז דאָרט גע- פּראַװעט שואַרץ-שנת און אַרומגעטאַנצט אויף טיש און אויף בענק. דאָס איז געווען יעקב דינעזאָנס היים. די היים פון אַן אַלטן בחור. ווען פּרץ פלעגט דאָרט אַמאָל אַרײינקומען האָט זיך דינעזאָנס פּנים צעלויכטן און ער האָט אים אויפגענומען װי דעם טייערסטן און זעלטנסטן גאַסט וועמען ער האָט שוין נישט געזען פון יאָרן. דינעזאָן האָט זיך באַלד אָנגעהויבן . צו פּאָרען ביי זיין פאַרזשאַװערטער נאַפט-מאַשינקע כדי צו מאַכן טיי און מכבד זיין דעם פאַרערטן גאַסט, ווען פּרץ האָט אַמאָל מיטגענומען צו די- נעזאָנען עמעצן פון זיינע מקורבים איז עס ביי דינעזאָנען געווען גאָר אָנגעלײיגט און ער האָט נישט געוואוסט װאָס צו טאָן פון גרויס איבער- ראַשונג. ער האָט מיט אַ שמאַטקעלע אָפּגעװישט דעם שטויב װאָס איז פול געלעגן אויף אַלע שטולן און מכבד געווען די געסט צו זיצן און צו טרינקען טיי. אויך מיך האָט פּרץ עטלעכע מאָל מיטגענומען צו דינעזאָנען. דינעזאָנס באַציאונג צו מיר איז געווען זייער אַ װאַרעמע,. עס איז גענוג געווען פּרצעס באַציאונג צו מִיר כדי דינעזאָן זאָל האָבן די זעלביקע באַציאונג,

קאַפּיטל אַכט

לוציאַן. קאָמפּליצירטע באַציאונגען דורכגעפאַ- לענע פּלענער. ענגלאַנד. לוציאַנס מוטער. שיקזאַל קעגן שיקזאַל. פרץ דערציילט יאַנעקן די פאָלקסטימ- לעכע געשיכטן איידער ער שרייבט זיי אויף. פרץ מיט יידישע שרייבער ביי יאַנעקן אויפן ;טראַמוױיײ. לוציאַן דערנענטערט זיך צו מיר,

די שייכות פון פּרצעס זון לוציאַן צום פאָטער האָבן אַ סך פון פּרצעס ביאָגראַפן געשילדערט פאַר זייער קאָמפּליצירטע און מיט אַלערלײ פּרואוון לוציאַנען אַרונטערצורײסן. לויט ווי איך קאָן מיך דערמאָנען במשך מיין זיין אין פּרצעס שטוב איז די זאַך נישט געווען אַזױ פּשוט, עס זיינען טאַקע געווען זייער קאָמפּליצירטע באַציאונגען, אָבער ער עס האָט טיפער געקוקט -- און איך בין געווען פון די זעלטענע פון פּרצעס מקורבים מיט וועלכע לוציאַן האָט זיך פּאַמעלעכל באַפריינדעט -- דער האָט גוט געקאָנט באַמערקן װוי טיף אונטער דער קאַלטער באַציאונג פון לוציאַנען צו פּרצן האָט געשטעקט אַ גרויסע ליבשאַפט און אַ גרויסע פאַרערונג. לוציאַן איז געווען אַן אומגליקלעכער און זייער אַ נעװראָטישער מענטש, אַ מענטש מיט פאַרשפּילטע אַמביציעס וועלכע האָבן אין אים באַשאַפן אַ סך מינ- דערווערטיקייטס-קאָמפּלעקסן. כדי צו פאַרבאַהאַלטן די דאָזיקע מינדער- ווערטיקייטס-קאָמפּלעקסן האָט ער זיך גאָר פאַרנומען אויפצושפּילן איג- נאָראַציע און איבערלעגנהייטס-זשעסטן קעגן דעם באַרימטן פאָטער. לוציאַנס ביטול צו פּרצן איז אייגנטלעך נישט מער געווען װוי דער ,פאַר- דרענגטער" ביטול צו זיך אַלײן.

ביטול צו פּרצן און כמעט צו אַלע יידישע שרייבער װאָס פלעגן צו אים אַרויפקומען -- דאָס איז געווען דער נעגאַטיווער נגעװראָטישער זשעסט מיט וועלכן לוציאַן האָט געשפּילט אַקעגן דער גרויסער טאַט װאָס געשעט אין פּרצעס שטוב און װאָס הויבט דערמיט נאָך בולטער אַרױס זיין אייגענע, לוציאַנס, טאַטלאָזיקײט און זיינע אַלע דורכגעפאַלענע פּלע- נער. עס איז אַזױ מענטשלעך און אַזױ פאַרשטענדלעך. לוציאַן האָט געזען

79

4 ו, י. טרונק

וי כמעט יעדער ווילן פּרצעס באַקומט פאַרווירקלעכונג און געשטאַלט, און פון אַלע זיינע, לוציאַנס, גרויסע פּלענער ווערט נישט מער װי שטויב און ווינט, לוציאַן האָט זיך אויך אַרומגעטראָגן מיט גרויסע פּלענער. דער שאָטן פון זיין טעמפּעראַמענטפולן און באַרימטן פאָטער האָט נישט װייניק גערייצט זיין אַמביציע. װאָסערע עס זענען געווען לוציאַנס גרויסע פּלע- נער איז אייגנטלעד שווער צו זאָגן, אַפילו מיט די וייניקע נאַענטע -- און איך האָב באַלאַנגט צו די "עניקע מיט וועלכע לוציאַן האָט זיך אַ מאָל פאַנאַנדערגעשמועסט -- האָט ער פון די דאָזיקע פּלענער דערציילט צופעליק און אין גאַנץ אָפּנעריסענע בלויז אָנדײיטנדיקע זאַצן. זיינע פּלע- נער זענען געווען קאָמערציעלע און ער האָט געװאָלט דעריאָגן דעם רום פון זיין פאָטער דווקא אויף די פּליינען פון דעם עולם-המעשה. לוציאַן איז געווען אַן אינזשיניער און האָט יונגערהייט פאַרברענגט עטלעכע יאָר אין לאָנדאָן, די גרויסע עקאָנאָמישע דערגרייכונגען פון די ענגלענדער און זייער וועלט-:הערשאַפט האָט לוציאַנען אַזױי אַרײנגעשלאָגן אין קאָפּ אַז ער האָט זיך באַטראַכט גייסטיק וי אַן ענגלענדער, האָט געקוקט אויף גאַנץ אײראָפּע מחוץ דעם בריטישן אינדזל װוי אויף אַ נעסט פון שלימ- מזלען און טויגעניכטסן, בטלנים און דעגענעראַטן, -- און האָט אַלצדינק פאַרגליכן מיט ענגלאַנד און נאָר גערעדט פון ענגלאַנד. דאָ האָבן אויך מן-הסתם מיטגעשפּילט זיינע מינדערווערטיקייטס-געפילן אין שייכות צו פּרצן און ער האָט זיך כסדר באַמיט צו באַװײיזן אַז אַלצדינק װאָס איז נישט ענגלאַנד איז מינדערווערטיק און אָן באַטײט. װאָסער באַטײיט האָט אַ י. ל. פּרץ קעגן ענגלאַנד!? ער האָט אַבאָנירט ענגלישע פאַך-זשורנאַלן, איבער- הויבט װאָס שייך האַנדל און טעכניק, און האָט זיך אַרומגעטראָגן מיט פּלענער צוריק צו פאָרן קיין לאָנדאָן, אָדער גאָר אין סאַמע װאַרשע צו מאַכן געשעפטלעכע אונטערנעמונגען אויפן ענגלישן אופן. ער װעט דערביי פאַרדינען מיליאָנען און ווייזן פּרצן און אָט די אַלע שרייבערלעך װאָס פאַרערן אים, װוער עס איז עלטער און װאָס עס פאַרשאַפט מער רום, צי די הינערפּלעט אין די ביכער צי די גרויסע געשעפטלעכע מעגלעכקייטן מיט וועלכע די ענגלענדער באַהערשן די װעלט. /

פאַרשטייט זיך אַז פון די אַלע גרויסע חלומות האָט לוציאַן קיינמאָל דאָס מינדסטע נישט פאַרווירקלעכט. ער איז פּאַרבליבן דער אומגליק- לעכסטער מנחם מענדל אונטער פּרצעס דאַך, הגם ער האָט דאָרט אויף

פּוילן 75 אַלעמען געקוקט וי אויף ווינט-זייער און שטרענג -- און כמעט כעסיק -- פאַרהאַקט די טיר וען שרייבער פלעגן אַרויפקומען צו פּרצן און זיי האָבן זיך פאַרנומען פּרצן פאָרצולייענען פון זייערע שאַפונגען, אָדער פרץ אַליין האָט זיך גענומען עפעס פאָרצולייענען.

דאָס איז אייגנטלעך געווען דער פּסיכישער קאָנפליקט צװוישן פּרצן מיט זיין זון לוציאַן. זי האָבן זיך ביידע אפשר ניט אָפּגעגעבן קיין חשבון פון די סיבות וועלכע באַשאַפן אַ פרעמדקייט צװישן זיך. דערצו האָט זיכער נאָך מיטגעשפילט דער פאַקט װאָס האָט זיך מן-הסתם טיף איינגע- גראָבן אין לוציאַנס קינדהייטס-דעראינערונגען און אַ סך מיטגעהאָלפן צו דעם אױיסװאַקסן פון דעם געפיל פון מינדערװערטיקייט אין לוציאַנס נשמה, נעמלעך : ווען לוציאַן איז נאָך געווען אַ קינד האָט זיך פּרץ געגט מיט לוציאַנס מוטער די טאָכטער פון גבריאל ליכטנפעלד, עס האָט געהייסן אַז ליכטנפעלדס טאָכטער איז געווען זייער אַ פרומע און נישט געװאָלט האָבן פאַר אַ מאַן אַזאַ גוי װוי פּרץ. פּרץ האָט זיך פאַרליבט. אין זיין צוויי- טער פרוי, העלענע. זי זאָל האָבן געווען אַ גרויסע שיינקייט. דער גאַנצער קאָנפליקט און דאָס אַװעקשטױסן זיין מוטער האָט מןיהסתם לוציאַנען טיף באַלײידיקט. ער האָט זיך אידענטיפיצירט מיט דער פאַרשטויסענער מוטער און געזען אומעטום מינדערווערטיקייטס-זשעסטן לגבי זיך. פּרץ איז דער- ווייל גרויס און באַרימט געװאָדן, דאָס האָט נאָך מער פאַרבונדן לוציאַנען מיט דער פאַרשטויסענער מוטער, פאַרבונדן אין גורל פון געקריוודעטע, און אים האָט זיך כסדר אויסגעדוכט אַז ער מוו מאָנען פון פּרצעס הענט די עוולה פון דער מוטער,

שיקזאַל האָט דאָ אַקעגנגעשפּילט קעגן שיקזאַל, איטלעכער טריט װאָס לוציאַן האָט געטאָן אין לעבן איז אים אויסגעפאַלן ,באָקום*. דעם פאָטער זיינעם האָט יעדער טריט געברענגט צו נייע דערפאָלגן. לוציאַן האָט זיך פאַרליבט אין אַ טאָכטער פון די װאַרשעװער זײידעמאַנס. די זיידעמאַנס זיי- נען געווען פון די גכירישע װאַרשעװער ,פּני", משפּחה מיט די פּריוועסעס, און האָבן זיך איינגערעדט צו טראָגן אויפן קאָפּ אַלע קרוינען פון חשיבות, די זיײידעמאַנס האָבן שוין באַלאַנגט צו דער װאַרשעװער יידישער אַסימי- לאַציע. אַז זייערס אַ טאָכטער זאָל חתונה-האָבן פאַר אַ זון פון אַ פּשוטן גמינע-באַאַמטן איז זיי שטאַרק נישט אָנגעשטאַנען צום יחוס, און זיי האָבן זיך אַקעגנגעשטעלט דעם שידוך. ליבע איז אָבער שטאַרקער פון אַלצדינק

76 ו, ו, טרונק

און דאָס פּאָר-פאָלק האָט ענדלעך חתונה געהאַט. לוציאַנס ווייב איז געווען זייער אַ נערוועזע. לוציאַן איז אויך נישט געווען דער מענטש װאָס קאָן פירן אַ גליקלעך פאַמיליע-לעבן. דאָס מינדערווערטיקייטס-געפיל און די געקרענקטע אַמביציעס און דורכפאַלן זענען אים געזעסן טיף אין די ביי- נער. עס האָט נישט לאַנג געדויערט און דאָס פּאָר-פאָלק האָט זיך געגט. זיי האָבן באַװיזן צו האָבן בלויז איין קינד, יאַנעק. פּרצעס איין און איינציק אייניקל, לוציאַן האָט זיך צוריק אַרײנגעצױגן צום פאָטער אויף צעגלאַנע, גערעדט פון ענגלאַנד, אַבאָנירט פאַך-זשורנאַלן, געחלומט פון גרויסע געשעפטן, און צוגעמאַכט די טיר בעת ביי פּרצן זענען געווען שרייבער. אַזױי האָט זיך עס געפירט לאַנגע יאָרן דאָס אייניקל, יאַנעק, איז פאַר- בליבן ביי דער מוטער, אָבער ער פלעגט אָפט אַרויפקומען צום זיידן. ער איז געווען אַ ווילד צעבאַלעװעט בחורל. זיין גאַנצע ליבשאַפט צו לוציאַנען האָט פּרץ אױסגעגאָסן אויף דעם דאָזיקן אייניקל. ער האָט זיך געלאָזט פון אים טעראָריזירן, געשפּילט מיט אים פערדלעך, און ווען יאַנעק האָט פון שטולן צוזאַמענגעשטעלט אַ שטראַמװײי" האָט פּרץ געמוזט זיין זיין פּאַסאַזשיר, טייל מאָל האָט פּרץ געבעטן די יידישע שרייבער װאָס זענען צו אים אַרזיפגעקומען, אַז זי זאָלן זיך אַװעקזעצן אויף יאַנעקס ;טראַמװײי, יאַנעק איז געזעסן פון פאָרנט, געקנאַלט מיט אַ בייטש און אָנגעטריבן די מכלומרשטע פערד. די פפּאַסאַזשירן* אויף די שטולן האָבן דערוייל געשמועסט פון ליטעראַטור. ס'האָט געהייסן אַז אַלע פאָלקסטימלעכע געשיכטן", איידער ער האָט זי אָנגעשריבן, האָט זיי פּרץ פון פריער דער" ציילט יאַנעקן. ער האָט זיי דערציילט אויף פּױיליש, מחמת יאַנעק האָט נישט פאַרשטאַנען קיין יידיש,

וי טיף --- נאָך אַלע קאָנפליקטן -- עס איז געווען די ליבשאַפט צווישן פאָטער און זון זאָל דינען דער פאָלגנדיקער פאַקט :

פּרץ פלעגט טײילמאָל איבערן זומער וואוינען אין די זומער-וואוי" נונגען הינטער װאַרשע. אין די װאָכעדיקע טעג פלעגט ער גלייך פון זיין אַרבעט אין דער גמינע אַרױספאָרן אויפן דאָרף. ער האָט זייער געװאָלט אַז זיינע מקורבים זאָלן צו אים אַרוסקומען. ער האָט זיי דאַן באַשטעלט צו זיך אין דער גמינע כדי צוזאַמען אַרױסצופאָרן. אַמאָל האָט פּרץ מיך פאַרבעטן צו זיך אויפן דאָרף. מיר זענען צזאַמען אַרױסגעפאָרן. ס'איז דוכט זיך געווען אין מעדזעשין. איך האָב דאָרט געטראָפן לוציאַנען וועל-

77

מּוילן

כער איז אויך אַרױיסגעקומען אויף דעם זומערדיקן אינדרויסן, װוי געוויינט- לעך האָט ער צו מיר נישט גערעדט און מיך צומאָל נישט באַגריסט, מיר אַלע ביי פּרצן זענען שוין געוואוינט געווען דערצו. איך האָב נישט געוואוסט צי לוציאַן ווייסט צומאָל מיין נאָמען, אַזאַ קאַלטע פרעמדקייט האָט ער כמעט צו אַלעמען אַרױסגעװיזן,. צומאָרגנס פאַרנאַכטלעך צו בין איך צוריק געפאָרן קיין װאַרשע. אויפן באַנהױף האָב איך געזען לוציאַנען. מיר האָבן זיך נישט באַגריסט און ער האָט מיך אָנגעקוקט וי ער װאַלט מיך גאָר נישט געקענט. די באַן איז אָנגעקומען און איך בין אַרין אין װאַגאָן. עס האָט זיך אױיסגעלאָזט, אַז אויך לוציאַן איז אַרײן אין דעם זעלביקן װואַגאָן, און אים איז אויסגעקומען צו זיצן נעבן מיר אויף דער באַנק, די ערשטע צען מינוט איז עס געבליבן ביי דער געוויינטלעכער פרעמדקייט. פּלוצעם האָט זיך לוציאַן צו מיר געװאָנדן און צו מיר אָנגעהויבן רעדן אויף אַ געשמאַקן זאַפטיקן יידיש,

דאָס געשפּרעך איז געװאָרן װאָס אַמאָל פריינטלעכער. לוציאַן האָט זיך פּאַמעלעכל דערװאַרעמט. ווען מיר זענען אָנגעקומען קיין װאַרשע זענען מיר ביידע צוזאַמען אַװעק אויף די װאַרשעװער גאַסן און לוציאַן האָט זיך לאַנג און אָפּנהאַרציק צערעדט. ער האָט גערעדט.ווי ער װאָלט אַ סך שטיינער זיך געװאָלט אַראָפּװאַלגערן פון האַרצן. ער האָט מיר דערציילט פון זיין יזגנט, פון זיין מוטער װאָס איז אַ פרומע יידענע, טראָגט אַ פּאַרוק, און ער האָט זי טיף ליב און קומט אָפט אַרױף צו איר. ער האָט מיר דערציילט פון זיין דערציאונג ביי פּרצן און זיך באַקלאָגט אַז פּרץ האָט נישט געוואוסט װוי מע דערציט אַ קינד. דאָס איז זעלבסט-פאַרשטענד- לעך. דאַן האָט ער אַ סך אָנגעהויבן צו רעדן פון פּרצן, און אַז ער האַלט פּרצן פאַר אַ גרויסן שריפטשטעלער און לייענט אַלצדינק װאָס פּרץ שרייבט. נאָר דער פאָטער ווייסט נישט דערפון. דאַן האָט ער מיר געזאָגט זיינע באַאָבאַכטונגען וועגן די שרייבער װאָס קומען אַרױף צו פּרצן. אַלע האָבן געמיינט, אַז ער קאָן זיי נישט צומאָל, אָבער לוציאַנס באַמערקונגען זענען אָפּט געווען זייער טרעפלעכע און קלוגע. מיר זענען שעהן לאַנג אַרומגעגאַנגען איבער װאַרשע. לוציאַן האָט כסדר גערעדט און דערציילט, ‏ מיר האָבן נישט באַמערקט װי פּאַמעלעכל װערט שפּעט נאַכט איבער װאַרשע און די גאַסן הויבן זיך אָן אויסצוליידיקן פון מענטשן. ווען מיר האָבן געקוקט אויפן זייגער איז שוין געווען דריי א זייגער ביינאַכט,

איך האָב מיך געװאָלט מיט לוציאַנען געזעגענען אָבער דאָ האָט

78 ו. י. טרונק

ער צו מיין גרויס פאַרוואונדערונג מיר פאָרגעשלאָגן אַז אָנשטאָט אַהיים צו קומען אין אַזאַ שפּעטער שעה און אַלעמען װעקן, זאָל איך בעסער מיט אים מיטגיין אויף צעגלאַנע אין פּרצעס דירה און דאָרט אַדורכשלאָפן די רעשט נאַכט,

צומאָרגנס אינדערפרי ווען פּרץ איז געקומען פון מיעדזעשין און מיך געטראָפן ליגן אין אַ בעט אין איין שטוב מיט לוציאַנען איז ער אין טיפער פאַרוואונדערונג געבליבן שטיין ביי דער טיר. ער האָט זיינע אויגן נישט געגלויבט אַז דאָס איז מיגלעך. איך האָב פאַרשטאַנען זיין איבער" ראַשונג און מיט אַ שמייכעלע צו אים געזאָגט:

-- זעט איר.

פּרץ האָט זיך נישט געקאָנט דערװאַרטן ביז איך װעל מיך אָנטאָן, זיך אַרומװאַשן און אים באַגלײיטן אין דער גמינע. אויפן וועג האָב איך אים געמוזט דערציילן וי אַזױ איך האָב מיך דערנענטערט צו לוציאַנען און וועגן װאָס מיר האָבן גערעדט. פון טאַקט און גרויס דרך-ארץ צו פּרצן האָב איך אויסגעמיטן צו דערציילן װאָס לוציאַן האָט מיר געזאָגט וועגן זיין מוטער און וועגן זיין קינדהייט ביי פּרצן. ווען איך האָב פּרצן דער" ציילט אַז לוציאַן האַלט אים פאַר אַ גרויסן שריפטשטעלער און לייענט כסדר װאָס פּרץ דרוקט, האָט פּרצעס פּנים ממש געלויכטן פון אינערלעכער צופרינדנקייט,

אַזױ האָב איך זיך באַפרײנדעט מיט לוציאַנען. ווען איך פלעג זיין ביי פּרצן פלעגט לוציאַן אָפּט אויפמאַכן די טיר און מיר זאָגן אַז שפּעטער, ווען איך װעל האָבן צייט, זאָל איך אַרײנקומען צו אים אין צימער. פּרץ איז אויסטערליש צופרידן געווען ווען לוציאַן האָט מיך צו זיך פאַרבעטן, און ער פלעגט מיך דערמאָנען נישט צו פאַרגעסן אַרײנצוגײין צו לוציאַנען. לוציאַן האָט מיר באַלד אָנגעהויבן צו ווייזן די ענגלישע פאַך-זשורנאַלן . צו רימען די ענגלענדער און אויסצורעדן אויף די איבעריקע פעלקער. ער האָט מיר אויך דערציילט פון זיינע גרויסע פּלענער זיך צו פאַרבינדן מיט ענגלישע פירמעס און צו ווייזן אין פּױלן װאָס עס הייסט ענגלאַנד, טיילמאָל האָט ער מיך פּלוצעם געפרעגט צי איך האָב שוין געלייענט פּרצעס לעצטע זאַך, מחמת זי איז אויסערגעוויינטלעך אַ געראָטענע. לוציאַן האָט געוואוסט, אַז מע טוט מיר אָן אַ נחת-רוח ווען מע רימט פּרצן. און ער האָט עס גערן געטון. אַזעלכע געשפּרעכן וועגן פּרצן האָב איך אים, פּרצן, באַלד איבערדערציילט, ער איז געווען זייער צופרידן עס צו הער

קאַפּיט? ניין

פּרץ וועגן רייזעוען. א. ווייטער. דביקות און יחידי- שע גריבלענישן. שלים אַש, ה. ד. נאָמבערג. נאָמבערג קעמפט פאַר פּרצעס רום.

ווען איך בין אַרײינגעקומעןז צו פּרצן איז פון דעם עלטערן דור יידישע שריפטשטעלער, וועלכע זענען, אַזױי צו זאָגן, אױיסגעװאַקסן אונטער פּרצעס פליגלען, אַ טייל שוין מער נישט געוען אין װאַרשע. אַברהם רייזענען האָב איך מער נישט אָנגעטראָפן. עֶר איז געווען אין קראָקע צי אין ניו-יאָרק. אַזױ װוי די יינגערע דיכטער האָבן אָנגעהויבן צו זוכן קאָמ- פּליצירטערע און מאָדערנערע פאָרמען אין דער יידישער דיכטונג, איז עס ביי טייל פון זיי געווען אַ מאָדע צו האַלטן רייזענען פאַר ;פאַרעלטערט". ביי אַ טייל פון דער רעװאָלוציאָנערער יידישער אינטעליגענץ האָבן זיך בכלל דאַן אָנגעהױיבן די ;אַנטוישונג?-שטימונגען וועגן דער מכלומרשט נישט- געלונגענער רעװאָלוציע. מע האָט צוריק אָנגעהויבן צו קוקן פון אויבן אַראָפּ אויף דער מאַסע און אירע אידעאַלן און געזוכט תיקון אין יחידישע גריבלענישן. אַ סך אינטעליגענטן האָבן געמיינט, אַז זיי אַנטדעקן דער- מיט דאָס גייסטיקע אַמעריקע און האָבן געפּרואװט פול צו מאַכן מיט זייערע דבקותן און אָכצענישן די ליטעראַטור, איינער און דער פעאיקסטער פון זיי איז געווען א. ווייטער. זיי האָבן זיך געשאַרט אַרום פּרצן. צו די שטימונגספולע ,עמקותן* פון זייערע יחידישקייטן, האָט עס געהערט נישט צו האַלטן פון שלום עליכמען און פון אַברהם רייזענען. דעם ערשטן האָבן זיי באַטראַכט פאַר אַ. ;נישט ערנסטן" הומאָריסט און דעם צוייטן פאַר אַ זינגער פון פּשטות און קאַרטאָפּליעס, װאָס האָט עס צו טאָן מיט די פּראָבלעמען וועלכע זיי האָבן ביי די הערנער געװאָלט אַרײנשלעפּן אין דער יידישער ליטעראוטר און פּראַװען דאָרט דבקישע שטיק. וויפל פּרץ זאָל זיך טיילמאָל נישט לאָזן מאָמענטאַל פאַרכאַפּן פון די דאָזיקע פרומע

81

82 ו. י. טרונק אימפּאָטענטע גלאָצענישן, פונדעסטוועגן האָט ער געפילט אַז נישט דאָס איז דער וועג. קלא זה חדרך". וועגן זיינע באַוואונדערונגען פאַר שלום- עליכמען װעל איך דערציילן שפּעטער. אַברהם רייזענען האָט ער געהאַלטן פאַר אַ גרויסן דיכטער און געזאָגט -- אויף צעפּיקעניש אַלע נשמה- קוועטשער -- אַז רייזענס קאַרטאָפּליעס לייכטן מיט די ליכטער פון די זיבן זונען.

שלום אֵשׁ איז דעמאָלט געהאַט אַרויפגעשטיגן אויף די שטאַפּלען פון זיין וװועלט-באַרימטקײט. נאָר צייטנווייז האָט ער געוואוינט אין װאַרשע. געוואוינט האָט ער אויף די גויאישע גאַסן און איז אַרויפגעקומען צו פּרצן וי אַ גאַסט. די יידישע שרייבער האָבן צו אים אַרויפגעקוקט װוי צו אַ וועלט- באַרימטקײט און ער איז אויך אױיפגעטראָטן אין אַזאַ ראָל. צו פּרצן האָט ער זיך באַצױיגן פאַמיליאַר אָבער מיט פיל דרך:ארץ. צו מיר איז ער געווען זייער פריינטלעך, עס האָבן מיטגעשפּילט זיינע קוטנער סענטימענטן און דאָס װאָס איך בין ר' יהושיעלע קוטנערס אַן אייניקל, סענטימענטן פאַר אונדזער משפּחה האָבן געשטעקט טיף אין בלוט פון קוטנער יידן -- און שלום אַשׁ איז זייער צופרידן געווען װאָס אויך פון יענע קרייזן הויבן זיך אָן צו באַװייזן יידישע שרייבער. ער האָט מיר געשאָנקען זיין ?שטעטל" מיט אַ װאַרעמער דעדיקאַציע. די דאָזיקע מתנה פון שלום אַשן האָב איך תמיד געהאַלטן אין גרויס חשיבית. ערשט ווען די דייטשן האָבן צוגערויבט מיין ביבליאָטעק אין װאַרשע איז אויך דאָס דאָזיקע ביכל געפאַלן צום רויב פון די שונאים פון דער מענטשהייט. סיי איך און סיי שלום אַשׁ דאַרפן צופרידן זיין װאָס נאָר אויף אַזאַ אופן האָב איך מיך פאַנאַנדערגעשײידט מיט זיין טייערע מתנה,

בלויז ה. ד. נאָמבערג פלעגט כסדר אַרויפקומען צו פּרצן,

בעלעטריסטיש האָט שוין ה. ד. נאָמבערג דעמאָלט געהאַט זיין פולע געשטאַלט אין דער ליטעראַטור. ער האָט געהאַט כמעט אָנגעשריבן אַלע זיינע בעסטע נאָװעלן און האָט זיך פאַרנומען בלויז מיט זשורנאַליסטיק, ער איז געווען אייגנטלעך דער איינציקער ,פאַרטיקער* מענטש אין דער יידישער ליטעראַטור. ער האָט שוין געהאַט אָפּגעגעבן זיין האָניק, די באַציאונגען צווישן אים און פּרצן זענען געווען מאָדנע און אינטערע- סאַנטע. וועזנטלעך זיינען זיי זיך געווען פרעמד ביז גאָר. דעם בויער און גלויביקער פּרץ האָבן געמוזט זיין דערווידער אָט די אַלע צעבראָכענע

פּוילן 85

סקעפּטישע אינטעליגענטן -- די העלדן פון נאָמבערגס נאָװעלן. פּרץ האָט כסדר געװאָלט דערפירן צו אַ וועג און אַן אויסוועג. נאָמבערגס העלדן האָבן זיך כסדר געדרייט אין אַ קוייז פוַן אַ בין-השמשות און האָבן צו גאָרנישט געקאָנט דערפירן. הגם פּרץ איז געווען אַ קלוגער און הומאָר- פולער ייד, איז אים פאָרט זייער פרעמד געווען די לומדישע סקעפּטישע פּיקחות פון ה. ד. נאָמבערגן פּערזענלעך. ער האָט אַפילו פּיזיאָנאָמיש נאָמבערגן נישט געליטן, אָט-אָ דאָס קליינע װינציקע און צעבראָכענע מענטשעלע װאָס האָט גערעדט מיט אַ חסידיש פּישטשעדיק קולכל, געשלונ- גען ווערטער, און געהאַט אין זיך אַלע חסידישע העוויות, נישט געקוקט דערויף װאָס ער איז אַ גלוח אוֹן טראָגט אַ קאַפּעליש. פּרץ האָט געשטאַמט פון אַ יידיש-באַלעבאַטישער שטוב און געהאַט אין זיך מאַניערן פון אַ פּוילישן פּריץ. דערצו איז פּרצן געווען דערווידער װאָס גראָד ער, נאָמבערג, האָט אַזױ װײיניק פאַרשטענדעניש פאַר יעדער סימבאָליק און פאַר דעם טרוימערישן פלי פונעם װאָרט און ער זעט דווקא די העכסטע דערגריי" כונג פון דער ליטעראַטור אין פּשוטן געזונטן נאַטוראַליזם און אין דעם פּראָסטן אופן פון ווייסנבערגן. עס האָט עפּעס װי אויסגעקוקט, אַז פליגל- מאַן, שייקער און שליממזל און אָט די אַלע בין-השמשותדיקע פילאָזאָפן, װאָס ליגן אויפן בוידעם און קוקן אַרױס אויף זיער וועלט מיט אַ ביטערן ביטול -- זיי האָבן אַ קרענקלעכע תאווה צוצוקוקן װי עס לעבן די גראָבע יונגען.

פונדעסטוועגן האָט פּרץ נאָמבערגן שטאַרק מקרב געווען. ער האָט געוואוסט ווי װייניק אינטעליגענטע און טראַכטנדיקע כוחות עס געפינען זיך נאָך צווישן יידישע שריפטשטעלער. ביי פּרצן האָבן תמיד זיינע פּער- זענלעכע פרעמדקייטן געשפּילט אַ קליינע ראָלע דער עיקר איז ביי אים געווען די ליטעראַטור. די יידישע ליטעראַטור מיט ועלכער ער האָט פאַרבונדן אַזױ פיל האָפענונגען און אַזױ פיל פּערספּעקטיוון.

די נעמלעכע כאַציאונג איז געווען פון נאָמבערגן צו פּרצן. נאָמבערג האָט געשטאַמט פון ווסידים, און גראָד פון גערעו' חסידים. ער האָט רעװאָל- טירט קעגן זיי און זייערע אױטאָריטעטן. דעריבער איז אים דערווידער געווען די רביסטווע, װאָס האָט זיך געפירט אַרום פּרצן. זיין סקעפּטיציזם האָט נישט געליטן קיין שום איינגעגלויבט זיין אין אַ מענטש. מעג עס זיין פּרץ. פאַר פּרצעס סימבאָלישע דראַמען װי ;די גאָלדענע קייט", ,אין

84 ו, י. טרונק פּאָליש אויף דער קייט" און ,ביי נאַכט אויפן אַלטן מאַרק* האָט ער נישט געהאַט קיין געשמאַק. ער האָט זיך אין זיין יוגנט גענוג געהאַט אָנגעלערנט מיט גמרא און פּלפּול און ער האָט דווקא געװאָלט, אַז אין דער יידישער ליטעראַטור זאָל אַלצדינג זיין פּראָסט און פּשוט און מע זאָל נישט קוקן צו די שטערן. נאָמבערג איז געווען זייער אָפּנהאַרציק און האָט עס פּרצן כמעט וי געזאָגט. דאָס האָט אויך מן הסתם גורם געוען אָפּצוקילן די באַציאונגען. אָבער ביידע, סיי פּרץ און סיי נאָמבערג האָבן געוואוסט, אַז פריער פון אַלצדינק איז די יידישע ליטעראַטור,

ווען פּרץ האָט אַרױסגעגעבן זיינע ;פאָלקסטימלעכע געשיכטן" איז די גאַנצע אינערלעכע ליבשאַפט און פאַרערונג צו פּרצן ביי נאָמבערגן אַרױסגעקומען צום אויסדרוק. זיין באַגײסטערונג האָט נישט געהאַט קיין גרענעצן און ער האָט אַלעמעז געזאָגט, אַז דאָ זעט מען ערשט װאָסער מייסטער פּרץ איז. נאָמבערג איז צופרידן געווען װאָס ענדלעך קאָן ער געניסן פּרצן פול מיט דער גאַנצער נשמה און אָן שום פאָראורטיילן. די ;פאָלקסטימלעכע געשיכטן? האָבן אים גערעדט צום האַרצן אי מיט זייער פּשטות און אי מיט דער הייליקער יידישער ראָמאַנטיק, װאָס איז פאָרט נאָמבערגן געלעגן טיף אין בלוט. ווען דוד פרישמאַן האָט זיך אויך איצט דערלויבט צו שיסן פיילן און מאַכן פּרצן צו קליינגעלט, נו, דאָ איז נאָמבערג מיט זיין שאַרפער פּאָלעמישער פעדער אַרױסגעטראָטן אין דער פּרעסע איינמאָל פאַר אַלע מאָל אָנצוטאָן פּרצן די קרוין און זיך אָפּצַו- רעכענען מיט אַלע קליינמאַכער. נאָמבערגס פעליעטאָנען צום שוץ פון פּרצן וועלן פאַרבלייבן אין דער געשיכטע פון דער יידישער ליטעראַטור סיי וי פּערלען פון פּאָלעמיק און סיי וי אַ באַװײ! װאָס עס הייסט צו קאָנען פאַרערן אַ יידישן שרייבער,

קאַפּיטל צען

,דער יוד". די מומע איטקע קאָן שלום אַשן און זיין מאַמע. ,דער פריינד". די באָבע לאה לייענט שלום עליכמען זי באָבע בלימעלע טוט אָן די שפּאַקולן און קוקט אויפן גפריינד". שלום-עליכם ווען משיח וועט קומען ש. ראָזענפעלד. ד"ר א. מוקדוני.

ווען ס'האָט אָנגעהויבן צו דערשיינען דער ;יוד* בין איך נאָך געווען אַ יונג בחורל, מיין פאָטער האָט אים באַלד אַבאָנירט. מן הסתם האָט ער עס געטאָן פון גרויס חידוש. מע האָט געוואוסט בלויז פון צייטונגען אויף העברעאיש. פּובליציסטישע מאמרים אויף יידיש, פּאָליטיק אויף יידיש, און וועלט-נייעסן אויף יידיש, נאָכדעם וי אַלע האָבן געלייענט די גהצפירה" | און געלעקט די פינגער פון סאָקאָלאָווס מאמרים און ;דברי-הימימס? -- אַז אויף אַזעלכע טעמעס קאָן מען אויך שרייבן אויף פּראָסט מאַמע-לשון, און אַז דינסט-מיידן װועלן אויך אָנהייבן צו וויסן װאָס סע טוט זיך אויף דער וועלט -- דאָס אַלצדינק האָט אויסגעקוקט גאָר ניי און חידושדיק מען האָט אַפילן געהאַט געהערט, אַז אין אַמעריקע דערשיינען טאָג-צייטונ- גען אויף יידיש, נאָר װער האָט זיי געלייענט, און זיי האָבן בכלל נישט געטאָרט קומען קיין רוסלאַנד. די צייטונגען אויף יידיש-לשון אין אַמעריקע זענען געווען נישט מער וי איינע פון די ווייטע לעגענדעס פון דער גאָל- דענער מדינה, און וייער לעגענדאַרישקײט האָט זיך געשטאַרקט דערמיט, װאָס מען האָט בסוד דערציילט, אַז די צייטונגען אויף יידיש אין אַמעריקע דערלויבן זיך אַפילו אומגלויבלעכע זאַכן און זידלען דעם רוסישן קייסער, אַ ווערטעלע אויסצורעדן קאָלאָמבוס,

דער ,יוד* איז צו אונדז אַלע שבת אַרײינגעקומען וי אַ סייער היימיש- לעך שבת-אויבסט. איך האָב דאָרט דאָס ערשטע מאָל געלייענט שלום- עליכמען, די מעשה מיטן יידישן הונט ;ראַבטשיק* האָט מיך דערשיטערט און מיך נאָך טיפער גערירט וי דינעזאָנס קיאָסעלע". איך האָב דאָרט געלייענט פּרצן, דוכט זיך, שלום אש האָט אָנגעהויבן צו דרוקן זיינע

87

8 ו. י. פרונק ערשטע זאַכן אין ,יוד". די מומע איטקע האָט דערציילט, אַז זי קאָן שלום' אַשן. אױיסגעקניפּט און אויסגעבונדן. זי קאָן זיין מאַמע און זיינע ברידער, אַז ס'איז פאַראַן אַ מענטש, װאָס האָט אויף זיינע אויגן אָנגעקוקט אַ שריי- בער און אַז אַ שרייבער האָט בכלל אַ מאַמע און ברידער, איז פאַר מיר אויסגעקומען כמעט וי אוממעגלעך. מען זעט טאַקע, אַז די מומע איטקע איז אַן אויסערגעוויינטלעך ווייבל, |

דערנאָך איז ערגאַנגען צו אונדז, אַז אין פּעטערבורג הייבט גאָר אָן צו דערשיינען אַ ;הצפירה" אויף יידיש מיטן נאָמען ,דער פריינד". װאָס הייסט מען שרייבט אין יידיש אויף די אייגענע טעמעס וועגן וועלכע סאָקאָלאָוו גלאַנצט מיט אַזױ פיל רבנישן פּלפּול ? װי איז דאָס מיגלעך ? כל ישראל װעט טאַקע קאָנען לייענען נייעסן און נישט דאַרפן אָנצוקומען צו די יידן וועלכע פאַרשטײיען לשון-קודש כדי פון זיי צו הערן, װאָס עס שטייט אין דער ;הצפירה"? דעם ערשטן נומער ;פריינד" האָט דער פעטער יאָסל מיט געװאַלטיקער התפּעלות אַריינגעברענגט צו דער באָבע לאה. די מומע איטקע האָט געזאָגט, אַז ס'איז נישט מיגלעך קיין ,הצפירה" אויף זשאַרגאָן, סיי די שפּראַך סיי די שרייבער דאָרט זענען נישט מער וי הוילע עם-הארצות. עס לוינט זיך צומאָל נישט אַרײנצוקוקן װי עס קוקן אויס מאמרים פאַר דינספ מיידן,. פאַר דער מומע איטקע איז עס פּשוט געווען המונישע חוצפּה, סטייטש, מען װעט זיך באַגין אָן לשון-קודש און אָן דקדוק? זי האָט אַ קוק געטאָן אויפן ,פריינד" פון דרויסן און אַ דריי געטאָן מיט דער נאָז. פאַר דער באָבע לאה אָבער איז עס געװען אַ יום- טוב. אויפדערנאַכט, נאָכדעם וי זי איז פאַרטיק געװאָרן מיט דער באַלע- באַטישקײט, האָט זי אױסגעשפּרײט דעם ,פריינד" אויפן טיש און גענומען לייענען. די נאַפּט-לאָמפּ האָט װאַרעם באַלויכטן די געדרוקטע עמודים, די באָבע לאה האָט אירע אויגן נישט צוגעגלויבט װי ועלט-נייעסן װערן געשריבן אויף אַזאַ פּשוטן און געפּינטלטן יידיש כדי אַלע זאָלן פאַרשטײין, אויס סודות-התורה אין אַ בלאַט צייטונג. ווען זי איז צוגעקומען צום אונטער-שטריך און געטראָפן שלום עליכמען האָט זי זיך גאָר האַרציק דערקוויקט און גענומען פריילעך און זאַפטיק לאַכן,

גראָד איז די באָבע בלימעלע געווען אין קוטנע און ווען זי האָט געזען וי די באָבע לאה לאַכט אַזױ האַרציק, האָט זי זיך געפרעגט װאָס דאָס איז אַזױנס. די באָבע לאה האָט איר דערציילט, אַז דאָס איז אַ צייטונג

פּוילן 89 אויף עברי-טייטש און פון איצטער אָן וועלן אַלע פּראָסטע יידן און ווייבער אַליין קאָנען וויסן װאָס עס טוט זיך אויף דער וועלט. װאָס עס איז אַזױנס אַ צייטונג האָט די באָבע בלימעלע נישט גוט באַנומען. דערפאַר האָט זי געװאָלט וויסן פון װאָס די באָבע לאה לאַכט. די באָבע לאה האָט איר געוויזן אויף שלום עליכמען. די באָבע בלימעלע האָט אָנגעטאָן די שפּאַ- קולן און גענומען לייענען. ס'איז איר אָנגעקומען שווערלעך. זי איז נאָר געוואוינט געווען צו דער יידישער אָרטאָגראַפיע פון תחינות און צאינה- וראינה --- אָבער זי האָט געזאָגט, אַז מן-הסתם איז דער דאָזיקער שלום- עליכם אַ האַרציקער ייד, װאָס מאַכט פריילעך פאַרזאָרגטע יידישע הערצער, די מצווה פון אַזאַ ייד איז גאָרנישט צו באַשרײיבן. די טויערן פון גן-עדן שטייען פאַר אים אָפן, מחמת אַפילו די גרעסטע צדיקים האָבן ליב אַז מען זאָל זיי פריילעד מאַכן. מען װעט דאָרט אין גןדעדן דעם שלום עליכמען אַװעקזעצן צװישן די גרעסטע צדיקים און ער וועט זיי דערציילן פריילעכע מעשיות. אַ קלייניקייט! ערשט אַז משיח װעט קומען װועט מען מן-הסתם שלום עליכמען טראָגן אויף די הענט כדי ער זאָל פריילעך מאַכן יידן. אין משיחס צייטן װעט מען אַרומזוכן מיט ליכט אַזעלכע לוסטיקע יידן כדי זי זאָלן משמח זיין יידישע הערצער.

מיטן אויפבלי פון יידישן קולטור-צענטער אין פּוילן איז עס געווען זעלבסטפאַרשטענדלעך אַז דע" אפריינד" האָט זיך אַריבערגעטראָגן פון ווייטן פּעטערבורג קיין װאַרשע, וואו אַלצדינק איז פול געווען מיט טאַט און האָפענונג, -- די. נייע יידישע תקופה איז אױיסגעבראָכן װי אַ פריידי- קער פרילינג און עס האָט געווירקט י. ל. פּרץ. אין װאַרשע זיינען שוין דערשינען עטלעכע יידישע טאָג-בלעטער, אָבער דער כבוד און די ווירדע פונם ,פריינד* האָט זיך געפילט וי אַן אױיבנאָן פון יידישער ליטעראַטור און זשורנאַליסטיק, עס איז באמת מער קיינמאָל נישט געווען קיין יידישע טאָג-צייטונג פון אַזאַ חשובן ניוואָ װוי דער פריינד",

דער שטאַב פון דער פּעטערבורגער פאפריינד"-רעדאַקציע האָט זיך געביטן, -- פונדעסטוועגן זיינען מיטן ,פריינד" מיטגעקומען קיין װאַרשע עטלעכע פון די אַלטע רעדאַלציע-מיטגלידער. איך געדענק י. י. פּראָפוסן און דער עיקר ש. ראָזנפעלדן, דעם נעסטאָר פון יידישער זשורנאַליסטיק. ס'האָט אפשר אויסגעקוקט אַ קאַפּעטשקע דאָן-קיכאָטיש ווען ש. ראָזנפעלד

0 ו. י. טרונק האָט אין זיינע לייט-אַרטיקלען אין ,פריינד" אָנגעפירט אַ שאַרפן קאַמף מיט די רוסישע מיניסטאָרן און מיטן גראַף וויטע. צז פירן אַ דיספּוט מיט דער מעכטיקער צאַרישער מאַשין --- און דווקא אויף יידיש -- האָט װאָס שייך דעם פּראַקטישן קאַמף מיט דער צאַרישער מלוכה-פּאָליטיק נישט געהאַט קיין גרויסן ווערט. אָבער װאָס שייך דעם ידישן לייענער איז עס געווען פון אויסערגעוויינטלעכער באַדייטונג, עס האָט צוגעגעבן פיל װאָג דעם יידישן װאָרט און אויסגעלערנט דעם פּשוטן ייד צו טראַכטן -- אויף יידיש --- מיט מלוכהשע טערמינען און מיט באַגריפן פון גרויסער וועלט-פּאָליטיק. אַחוץ דעם איז ש. ראָזנפעלד דאַן געווען פון די מוטיקסטע און ראַדיקאַלסטע יידישע זשורנאַליסטן און ער האָט געפירט אַ מאָדערנעם אָבער פאַרביטערטן קאַמף מיט דער רעאַקציאָנערער אָרטאָדאָקסיע. שפּע- טער נאָך דער באָלשעװיסטישער רעװאָלוציע האָט ש. ראָזענפעלד שטאַרק געביטן זיין קורס און זיינע אָנשויאונגען. דעמאָלט אויף די שפּאַלטן פון ;פריינד" האָט ער פאַרטראָטן דעם רעװאָלוציאָנערן שטאַנדפּונקט פונעם ראַדיקאַלן יידישן בירגערטום. ער האָט אויך געפירט דעם קאַמף פאַרן נאַציאָנאַלן אױיבנאָן פון יידיש. אין דעם דאָזיקן פּרט זיינען זיינע פאַר- דינסטן ממש היסטאָרישע.

פאַרשטייט זיך, אַז אַלע עפריינד"-מיטאַרבעטער האָבן זיך גרופּירט אַרום פּרצן און זיינען געװאָרן פון די מקורבים אין פּרצעס שטוב,

אין װאַרשע האָט זיך דער ,פריינד" פּאַמעלעך אָפּגעואוינט פון דער ווייטער פּעטערבורגער קאַלטקײט, פון דער ואַדיקאַלער און חשובער, -- פונדעסטוועגן אַקאַדעמישער -- דיסטאַנץ צו דעם אַלעם װאָס עס טוט זיך אינעװייניק אין דער יידישער מאַסע. דער פּעטערבורגער ,פריינד" איז אין װאַרשע אַריינגעקומען אינמיטן פון דעם טעטיקסטן יידישן אויפ- ברויז און ער האָט זיך באַלד צוגעוואוינט צו זיין אינמיטן דער יידישער ווירקלעכקייט. ער איז געװאָרן װייניקער אַקאַדעמיש וי אין פּעטערבורג, דערפאַר װאַרעמער און לעבעדיקער. דערביי האָט ער אויף דאָס מינדסטע נישט אַראָפּגעלאָזט פון זיין אַלטן טאָן און פון זיין אַלטער חשיבות. ער האָט זיך אָנגעהויבן צוצוקלייבן מיטאַרבעטער פון די יידישע שרייבער אין װאַרשע און זיך אַריינצואװועבן אין דעם גרויסן און ראַשן אויפבלי פון מאָדערנער יידישער קולטור, |

איינער פון די פּיאָנערן פון אַ נייעם ווינקל אין דער יידישער קולטור

פּוילן 91 איז געווען ד"ר א. מוקדוני. ער איז געווען פון פּרצעס מקורבים. צום ‏ ערשטן האָט ער אָנגעהויבן דרוקן נאָװעלן אין ;פריינד" א. נ.: א. קאַפּעל, שפּעטער האָט ער איינגעפירט אין ,פריינד? די מאָדערנע טעאַטער-רע- צענזיע. דאָס יידישע טעאַטער האָט אָנגעהויבן צו גיין אויף ברייטע און מאָדערנע וועגן. פון פּרץ הירשביינען איז געמאַכט געװאָרן דער פּרואוו צו גרינדן אַ מאָדערנע יידישע טרופּע. ד"ר א. מוקדוני האָט די דאָזיקע אַלע טעאַטער-עקספּערימענטן געװאָלט פירן אויף די וועגן פון אַן אייראָ- פּעאיש טעאַטער-וויסן. ער האָט פאַכמעניש אַנאַליזירט די געשפּילטע ווערק, ער האָט גערעדט וועגן רעזשי, וועגן שוישפּיל-קונסט און וועגן די טעכנישע און קינסטלערישע מיטלען װאָס זיינען לעבנס-פראַגן פאַר אַ גוטער יידישער בינע. פּרץ האָט געוואוסט אָפּצושאַצן אָט די גרויסע פאַרדינסטן,. ער האָט מיט אָפענע אָרעמס אויפגענומען די אַלע, װאָס קומען און שאַפן די נייע תקופה אין דער יידישער געשיכטע, -- און ער האָט ד"ר מוקדונין זייער מקרב געווען.

קאַפּיטל עלף

;איילט זיך נישט, טרונק". מיין ערשטע נאָוועלע דרוקט זיך אין דער וואָכנששריפט". ,עמנואל". שלום אַש גיט מיר צוריק מיץן נאָמען. צוישן אַפּיקורסים.

ס'איז פאַרגאַנגען מער וי אַ יאָר און איך האָב צו פּרצן געברענגט

מיינע ווערק, ער האָט זיי פאַרריכט, מיר געגעבן עצות און געמאַכט קאָמ- פּלימענטן אַז איך אַנטװיקל מיך כסדר און עס װעט פון מיר עפּעס ווערן. איך בין געװאָרן פון די נאָענטסטע מענטשן אין זיין שטוב. ער פלעגט מיך רימען פאַר זיינע מקורבים. צו דרוקן אָבער מיינע זאַכן האָט ער זיך דער- ווייל אָפּגעהאַלטן. מיין דרך-ארץ פאַר פּרצן איז געווען גרויס און איך בין נישט דרייסט געווען אים צו פרעגן פאַרװאָס ער לאָזט מיך נישט אַרױס אויף דער ליכט. הגם איך בין נאָך געווען יונג און אין מיר האָט געפלאַטערט און געציטערט דער באַגער צו ווערן אַ יידישער שרייבער -- פונדעסטוועגן האָב איך געשוויגן און נישט געלאָזט פאַלן קיין װאָרט וועגן מיין אַנטוישונג. פּרץ האָט עס געמוזט באַמערקן. רימענדיק אַמאָל מיינס אַ נייע זאַך און דערלאַנגענדיק זי מיר צוריק האָט ער זיער ערנסט צו מיר אויפגעהויבן זיינע ליכטיקע אויגן און געזאָגט

--- איילט זיך נישט, טרונק. איך האָף אויף אייך. איך דרוק זאַכן װאָס זיינען אַ סך שװאַכער וי אייערע. נאָר טוט עס נישט. צו װאָס זאָלט איר פאַרעפנטלעכן זאַכן מיט וועלכע איר װעט זיך שפּעטער שעמען! אַ גוטער שרייבער מוז האָבן אויסדויער און מוז קאָנען װאַרטן, סוף הכבוד לבוא, האָט ער צוגעגעבן.

איך האָב מיך פולשטענדיק באַרואיקט. מיט אַ ציטערדיק קול האָב איך געדאַנקט פּרצן פאַר זיין באַציאונג צו מיר. איך בין אים נאָך היינט דאַנקבאַר פאַר זיין טיפער און קלוגער עצה.

עס האָט נישט לאַנג געדויערט און דער אַרױסגעבער פון קאונזער

95

6 ו. י. טרונק לעבן* ש. האָכבערג האָט זיך מתקנא געווען אין דעם חשיבות פון דעם ספריינד" אין װאַרשע. ער איז אַרויפגעקומען צו פּרצן און אים פאָרגעשלאָגן אַז היות ער וויל אַרױסגעבן אַ ליטעראַרישע װאָכנשריפט אַזױ וויל ער איבערגעבן פּרצן די רעדאַקציע. יידישע ליטעראַטור האָט אָנגעהויבן דעמאָלט צו שטייגן אין איר גרויסער חשיבות. שאַפן ליטעראַרישע אויס- גאַבן און צענטערס -- פון דעם האָט זיך פּרץ קיינמאָל נישט אָפּגעזאָגט. פאַרקערט, צו יעדן נייעם פּראָיעקט האָט זיך פּרץ באַלד גענומען מיטן גרעסטן ברען. און ער האָט די רעדאַקציע פון דער װאָכנשריפט אָנגענומען,

פּרץ האָט זיך צו אָט דער ;װאָכנשריפט" געגרייט מיטן גאַנצן ברען - פון זיין פּיאָנערישן טעמפּעראַמענט און זיינע האָפענונגען. צו יעדער טאַט פון דער יידישער ליטעראַטור האָט ער אַרױפגעקוקט וי צו אַ גרויסן אַקט פון נייער יידישער קולטור-געשיכטע. אַזױ װי ער האָט געהאַלטן פון ש. ל. קאַװען, פון זיין אינטעליגענץ און ליטעראַרישן געשמאַק, האָט ער אים באַשטימט פאַרן סעקרעטאַר פון דער רעדאַקציע. ס'איז געווען אַ גוטער אױיסװאַל. מחמת קאַװעס זעלבסטשטענדיקייט איז געווען זייער נוצלעך אין דער רעדאַקציע פון אַ ליטעראַרישן זשורנאָל. קאַװע האָט אין פּרצעס נאָמען געשריבן בריוו צו פאַרשידענע יידישע שרייבער. יידישע שרייבער זיינען דעמאָלט געווען זייער פרוכטבאַר, און זייערע זאַכן האָבן אויף זיך לאַנג נישט געלאָזט װאַרטן. איך געדענק ווען ס'איז אָנגעקומען דוד אײינהאָרנס אַ ליד -- איינס פון זיינע בעסטע און כאַראַקטעריסטיש- סטע לידער -- האָט זיך פּרץ זייער געפרייט דערמיט. משה סטאַוסקי האָט געגעבן איינס פון זיינע געראָטנסטע זאַכן, שלום אַש האָט דאַן געהאַט אָנגעשריבן זיין ;אַמנון און תמר" און ער האָט עס געגעבן פאַר דער ;װואָכנשריפט". פּרץ האָט געצאָלט חשובן האָנאָראַר, װאָרעם אַזױ האָט ער זיך געהאַט אויסגערעדט מיט ש. האָכבערגן. דער ערשטער נומער האָט אויסגעקוקט צו וערן זייער אַ געלונגעגער, און פּרץ איז געווען צופרידן, |

איך בין גראָד דעמאָלט געהאַט צוריקגעקומען פון רייכנהאַל, אַן אָרט צווישן די בייערישע אַלפּן -- אין דער נאָענטקייט פון דעם ואונדער- לעכן בערכטעסגאַדן, װאָס איז שפּעטער אַזױ טרויעריק-באַרימט געװאָרן אַלס היטלערס רעזידענץ. דאָרט האָב איך געזען אַ זוןדאויפגאַנג אין די הויכענישן פון די אַלפּן-בערג און האָב עס באַשריבן אין אַ קליינער סקיצע,

פּוולן 97 די סקיצע איז פּרצן געפעלן געװאָרן, ער האָט זי ביי מיר גענומען אָפּצו- דרוקן אין ערשטן נומער פון דער ,װאָכנשריפט", ענדלעך! ווען ער האָט מיך געהייסן אונטערשרייבן מיין נאָמען אויפן מאַנוסקריפּט האָבן זיך אין מיר געוועקט אַלע אַלטע פּחדים פון מיין מיליע און מיין סביבה. איך האָב געוואוסט װאָסער מהומה עס װעט זיך טאָן צווישן חסידים ווען מען װעט זען מיין נאָמען צווישן די גרעסטע קעמפערישע אַפּיקורסים, אַזױ האָט מען דאָרט געקוקט אויף פּרצן און זיינע מיטאַרבעטער, איך האָב מיך דער" מאָנט אָן מיין שװאָגער מענדעלע, דעם גערער רבינס ברודער, און מיר האָט זיך אויסגעדוכט, אַז אין זיינע אויגן װעט עס אויסקוקן װי הוילער שמד. די קייטן פון אַלע טראַדיציעס זיינען נאָך שטאַרק אויף מיר געלעגן און איך האָב נאָך אַלץ מורא געהאַט פאַרן לעצטן ריס. און איך האָב דעריבער דעם מאַנוסקריפּט אונטערגעשריבן מיט אַ פּסעװדאָנים -- ;עמנואל".

פּרץ האָט עס נישט באַמערקט און האָט גאָרנישט געזאָגט. ער האָט אפשר נישט געטראַכט דערפון װאָסערע העמונגען עס ליגן הינטער דער דאָזיקער ליטעראַרישער מאַסקע. וי דערשטוינט בין איך אָבער געװאָרן אַז ווען פּרץ האָט מיר געוויזז די קאָרעקטור, איז פון אָנהױיב דער סקיצע אָנשטאָט ;עמנואל" געשטאַנען פּשוט ,י. י. טרונק". עס האָט זיך אויסגע- לאָזט -- װי פּרץ האָט מיר דערציילט -- אַז שלום אַשׁ איז געווען ביי אים און פּרץ האָט אים געוויזן מיין סקיצע און זי גערימט. שלום אַש האָט געזען מיין פּסעװדאָנים און עי האָט זיך באַלד געכאַפּט װאָס דערונטער שטעקט. ער האָט גוט געקאָנט מיין משפּחה און געוואוסט מיינע העמונגען, אים גראָד -- און מיט רעכט -- איז געגאַנגען דערין, אַז טאַקע איינער פון מיין קוטנער משפּחה זאָל אַרײינקומען אין דער יידישער ליטעראַטור, און ער האָט אויסגעמעקט דעם פּסעװדאָנים אוֹן אויפגעשריבן מיין ריכ- טיקן נאָמען. עס איז געווען אַן אויסטערלישער שפּאַס פון די געשעענישן, ווען איך האָב אין ,הקול" געװאָלט אונטערשרייבן מיין נאָמען האָט דער ,קליינער?" מענדעלע אים אויסגעביטן אויף אַ פּסעװדאָנים. אין דער ;װאָכנשריפט? האָב איך געװאָלט אַ פּסעװדאָנים האָט שלום אֵש מיר צוריקגעגעבן מיין נאָמען. ביידע האָבן געהאַנדלט פון מיין משפּחה-שטאַנד -- אָבער דורכאויס מיט קעגנזעצלעכע כוונות.

אַגב וויל איך צוגעבן: צומאָרגנס נאָכדעם וי פּרץ האָט צוגענומען

98 ו, ו, מרונק מיין מאַנוסקריפּט אים צו דרוקן, און איך בין אַרײינגעקומען צו פּרצן אין שטוב, איז קאַװע געזעסן ביים טיש און געשריבן, גלייב איך, בריוי פּרץ איז מיר אַקעגנגעגאַנגען מיט אַ שמייכל און געזאָגט?

--- איר מעגט זיין צופרידן, טרונק. קאַװען געפעלט איער זאַך. אויב אַזאַ פאַרפּיעשטשעטע נאָז זאָגט אַז ס'איז גוט, איז עס טאַקע גוט,

קאַװוע האָט שאַרף אַרײנגעשמײכלט אינם טיש אַרײן

איידער די ;װאָכנשריפט" איז אַרױס פון דרוק, האָבן זיך דערווייל אין האָכבערגס צייטונג ;אונזער לעבן" באַװויזן אַנאָנסן וועגן צוקינפטיקן | זשורנאַל, מיין נאָמען איז דאָרט געשטאַנען עפנטלעך אָפּגעדרוקט צוזאַמען מיט די נעמען פון פּרצן, שלום אַשן און אַנדערע באַקאַנטע און חשובע שרייבער, די אמתע קװאָכנשריפט* װאָלט אפשר גאָר נישט דערלאַנגט צו די חסידישע קרייזן. ?אונזער לעב" אָבער איז גראָד געווען אַ צייטונג װאָס איז געלײיענט געװאָרן אין די אָרטאָדאָקסישע ספערעס אין פּױלן אין אַלע הייזער פון אונדזער משפּחה, צוישן גערער און אַלעקסאַנדרערער חסידים --- מיין משפּחה-נאָמען איז געווען גוט באַקאַנט אין פּוילן --- און אין די הייזער פון די פּריוועסעס, אומעטום האָט דער אַנאָנס פון ,אונזער לעבן* צעטראָגן די דאָזיקע באָמבע, ווער עס איז אָפן אַריבער צו פּרצן ! מיט זיינע אַפּיקורסים. ס'איז געווען אַ טעמע אויף צו זיין בייז און צו שמועסן דערפון אין אַלע חסידים-שטיבלעך. אַ סך חסידים האָבן אומישנע געקויפט די ,װאָכנשריפט* כדי צו זען װאָסערע אַפּיקורסות איך שרייב דאָרט. דער אַלעקסאַנדערער ,הויף* וי אויך מיין שװאָגער, דער ;קליינער* מענדעלע האָבן איבערגעריסן מיט מיר אַלע באַציאונגען. מיין פאָטער, הגם ער איז אינערלעך געווען שטאָלץ אויף מיר, האָט פונדעסטוועגן זיך שטאַרק דערשראָקן פאַר דער דאָזיקער גרויסער אָפענער מרידה. בלויז דער פעטער יאָסל פֿון לובלין האָט מיר געשריבן אַ בריוו פול מיט וינ" שעװאַניעס, און אין דעם דאָזיקן בריוו אויך אַרײנגעלײגט זיינס אַ ליד כדי איך זאָל עס ווייזן פּרצן, דער פעטער יאָסל איז געווען געכאַפּט אויף דער מעשה פון אַ טרואוו צו טאָן מיט דער מוזע.

איך בין אָבער סוף-כל-סוף צופרידן געווען װאָס ענדלעך -- אַפילן נישט מיט מיין אייגענעם טוט -- בין איך געשטעלט געװאָרן אויף פרייערע פיס,

פאַרן צווייטן נומער ;ואָכנשריפט? האָט פּרץ ווידער גענומען פון

פּוילן 99 מיר עפּעס צו דרוקן. איך האָב געזען אַז עס דערשיינט דער צווייטער און דריטער נומער און מיין צווייטע זאַך וװוערט נישט געדרוקט. איך האָב מיך, פאַרשטײט זיך, נישט געפרעגט. אין אַ סך יאָרן שפּעטער, שוין נאָך פּרצעס טויט, האָט מיר קאַװע אַמאָל געזאָגט, אַז ער האָט פאַר מיר אַ מתנה. ער האָט אַרױיסגענומען פון זיין בוזעם טאַש אַ מאַנוסקריפּט און אים מיר דערלאַנגט. עס איז געווען מיין צוייטער מאַנוסקריפּט וועלכן פרץ האָט ביי מיר גענומען פאַר אַ ווייטערן נומער פון דער ;װאָכנשריפט". אױיבנאָן אויפן מאַנוסקריפּט איז מיט פּרצעס האַנס געווען צוגעשריבן: עדרוקן. י. ל. פ9, אונטער דער דאָזיקער צושריפט פון פּרצן איז געווען אונטערגעשריבן: קנישט דרוקן. ש. ל, קאַווע.*" גערעכט, פאַרשטייט זיך, איז דורכאויס געווען קאַווע. אָט-אָ דעם כתב-יד האָב איך געהאַלטן אַוועק- געלייגט צווישן מיינע טייערסטע זכרונות -- און אויך ער איז מיר אַװעק- געקומען ווען די דייטשן האָבן געמאַכט אַ תל פון מיין ביבליאָטעק.

קאַפּיטל צוועלף

די זאַמלביכער ייידיש". אפרים קאַגאַנאָווסקי צבי הירשקאָן. ,ציגיינער". מען וואַרט אויף רעצענזיעס, עס פּאַרט זיך נישט אַ גבירישער יונגערמאַן און אַ יידישער שרייבער. דער מאָראַלישער ניואָ פון יע- נער צייט. ש. ניגער.

ש. האָכבערג האָט מיט דער ;װאָכנשריפט" נישט לאַנג אויסגעהאַלטן. מןדהסתם האָט דער עקספּערימענט אים נישט געלוינט. עס האָט נישט לאַנג געדויערט -- יידישע ליטעראַטור איז דעמאָלט געווען אַ גרויסער ענין -- דער פאַרלעגער לידסקי איז אַרויפגעקומען צו פּרצן מיט אַ נייעם פּראיעקט אַרױסצוגעבן פּעריאָדישע זאַמלביכער אונטערן נאָמען קיידיש".

אַז פּרצן איז לידסקיס פּראָיעקט ווידער געווען שטאַרק צום האַרצן -- פון דעם איז אָפּגערעדט, פאָרט קאָן אַ קליינע װאָכנשריפט נישט טאָן דאָס װאָס ליטעראַרישע זאַמלביכער. אין דער אװאָכנשריפט* קאָן מען דרוקן נישט מער סיידן װי קלענערע זאַכן. אין דער יידישער ליטעראַטור איז דעמאָלט געגאַנגען דער רוף נאָך גרויסע אומפאַנגרײיכע װערק, נאָך דעם עפּישן ראָמאַן אויף יידיש אָנשטאָט דער בלויזער נאָװועלע. אין זאַמל- ביכער, אָט וואו מע װעט באַווייזן צו דרוקן אומפאַנגרײכע זאַכן און מען וועט זיך דאָרט צעפירן די הענט. אַחוץ דעם האָבן זאַמלביכער נאָך אַ מעלה: מען קאָן אָנהייבן פּרואוון קראַטקאָס פּלענער און אַרויפברענגען אויך די אויפװואַכנדיקע יידישע פּלאַסטיק אויף די הילעס פון די ביכער. די אויסזיכטן זיינען געווען ראָזיק,

דערצו -- אין צייטן פון רענעסאַנס שפּאַרט פון אומעטום אַרײן די גייסטיקע מזל-ברכה. אין פּרצעס שטוב האָבן זיך אָנגעהויבן צו באַווייזן נייע און יונגע טאַלאַנטן פון יידישע שריפטשטעלער,

אין אַ געוויסן נאָכמיטאָג האָט זיך ביי פּרצן אין שטוב באַװויזן אפרים קאַגאַנאָווסקי, אויב איך האָב קיין טעות נישט האָט אים אַרויפגעברענגט מנחם. קאַגאַנאָװוסקי איז געקומען פון דער יידישער אָרעמקייט פון סטאַווקע

102

104 ו, ו,. טרונק

געסל. ער איז נאָך געווען גאָר אַ יונגער בחור, אָבער ער איז געווען שיין וי אַ פּרינץ און האָט געהאַט אַ ליבן, קלוגן און אָפּנהאַרציקן שמייכל און אַ סך פיין-דערצויגענע און אַריסטאָקראַטישע מאַניערן, קאַגאַנאָווסקי האָט אָנגעהויבן צו שאַפן אויף צוויי געביטן, נעמלעך, צו מאָלן און צו שרייבן. קראַטקאָ האָט שוין געהאַט געזען זיינע מאָלערײען און זיי זיינען אים געפעלן געװאָרן. דער עיקר האָט ער באַלד ביי אַלעמען און ביי פּרצן אויסגענומען מיט זיינע נאָװעלן. ס'זיינען געווען נאָװעלן סיי פּיקאַנט אין דער טעמע און סיי זייער מאָלעריש אין דעם רעקויזיט. מען האָט אין זיי שוין באַשײמפּערלעך געקאַנט זען דעם שפּעטערן קאַגאַנאָוסקי. פּרץ האָט באַלד פון אים אָנגעהויבן שטאַרק צו האַלטן און אויף אים געלייגט פיל האָפענונגען. און ער האָט זיך נישט אַנטױשט. פון אפרים קאַגאַנאָוסקין איז טאַקע אױיסגעװאַקסן איינער פון די בעסטע יידישע שריפטשטעלער,

דער חן און די פּיקאַנטעריע פון זיין קונסט איז געלעגן אין קאַגאַ- נאָווסקיס פּערזענלעכקייט גופא. ער איז באַלד געװאָרן אַלעמענס ליבלינג., פּרץ האָט אים גערופן אקאַהאַנאָװוסקי*, ער איז געווען אי אַ באָהעם אי אַן אַריסטאָקראַט, אי ליריש אי מלא שאַרם און גייסטרייכקייט. ווייבער זיינען פאַר אים משוגע געװאָרן. זיין יוגנט, זיין פּרינצלעכע שיינקייט און זיין ראַפינירטער און עלעגאַנטער וויץ, האָט געקאַנט די שענסטע און ראַפינירסטע פרוי פאַרדרייען דעם קאָפּ. קאַגאַנאָװסקי האָט טאַקע אויס- געמישט צוזאַמען לעבן און דיכטן ער האָט געלעבט און געשריבן וי אונטערן רויש פון אַ לייכטן אידעלן שאַמפּאַניער. דאָס דאָזיקע לעבן זיינס האָט ער אַרײנגעטראָגן אין דער יידישער ליטעראַטור מיט דער באַהאַלטענער פילאָזאָפישער איראָניע פון אַ פּעטראָניוס,

אויך דער גרויסער קראָנאַן" האָט נישט געלאָזט אויף זיך װאַרטן.

אויף דער רעקאָמענדאַציע פון א. ווייטערן האָט זיך ביי פּרצן באַװיזן אַ יונגערמאַן מיטן נאָמען צבי הירשקאַן. אַ טונקעלער טרוקענער ליטװאַק. ער איז אױיפּגעטראָטן מיט פיל זיכערקייט און האָט שוין אויף זיך געקוקט וי אויף דעם אָנערקענטן גאון. ער איז געווען זייער נישט קיין סימפּאַ- טישע פּערזענלעכקייט,. מיט דער עקשנות פון אַ ליטװאַק אַ פּרוש האָט ער עפּעס תמיד כיטרע באַהאַלטן אין זיין וועזן. דאָס באַהאַלטענע אין אים איז גאָר געווען נישט סימפּאַטיש. ער האָט אויך געהאַט זייער אַ דער- ווידערלעך קול, אַ קול אָן שום געמיטזאַפּטן און טרוקן וי אַ האָלץ,

פוולן 105 הירשקאַן האָט אָבער צו פּרצן אַרויפגעברענגט סיי אַן התפּעלותדיקן בריוו . פון ווייטערן און סיי אַ גרויסן ראָמאַן ;צוויי וועלטן". איך געדענק, אַמאָל אין אַ נאָכמיטאָג --- ס'זיינען געווען עטלעכע שרייבער ביי פּרצן. מען האָט אַריינגעגעבן טיי. צבי הירשקאַן האָט מיט גרויס זעלבסטזיכערקייט זיך פאַרנומען פאָרצולייענען זיין ראָמאַן, ער האָט געלייענט מיט אַ טאָן גלייך װוי מיט דעם דאָזיקן ראָמאַן װאָלט זיך אָנגעהױבן אַ נייע תקופה אין דער יידישער ליטעראַטור און ער האָט אַהער געברענגט צו פּרצן דאָס נייע אַמעריקע. ס'איז געווען נישט מער װי גאָר אַ פאַרעלטערטער און נישט אָריגינעלער נוסח פון דערציילן. קאַװע האָט שפּעטער געזאָגט, אַז אויב מענדעלע איז דער ;זיידע" איז הירשקאַן דער ;זיידע* פון מעג- דעלען. זייער אַ קלוג װאָרט און אויף דער האָר צוגעפּאַסט צו דעם לשון און דעם דערציילונגס-אופן פון צבי הירשקאַן. ס'איז פאָרט געווען אַ נייער יידישער ראָמאַן, און פּרץ האָט עס גענומען פאַר די זאַמלביכער פיידיש",

צו די בעסטע זאַכן, װאָס פּרץ איז צופרידן געווען צו באַקומען איז געווען מנחמס ;שלמה". אַ פּאָעמע װאָס איז װוידער געווען אַ פּרואוו פון אַ נייער פאָרעם און נייעם ריטם אין דער יידישער דיכטונג,

פון מיר האָט פּרץ גענומען פאַרן זאַמלבוך אַ נאָועלע קציגיינער". סיי פּרץ און סיי קאַװע -- װאָס איז געװאָרן דער רעדאַקציע-סעקרעטאַר פון די זאַמלביכער -- האָבן מיר פאַר דער דאָזיקער נאָװעלע געמאַכט קאָמפּלימענטן,

ביי פּרצן אין שטוב האָט זיך געקאָכט מיט די זאַמלביכער. קאַװע האָט געשריבן ברייו צו יידישע שריפטשטעלער און ס'זיינען אָנגעקומען מאַנוסקריפּטן, אויך שמעון קראַטקאָ האָט דאָ צעפירט זיינע פּלענער. ער האָט פון פּרצן באַקומען די הילע און ער האָט פאַר איר געמאַכט אַ צייכע- נונג װי אַ סטיליזירטע ,שויתי* מיט אַלע בלימעלעך, הערשעלעך און ציגעלעך פון דער פאָלקסטימלעכער יידישער פאַנטאַזיע,

ווען דאָס ערשטע זאַמלבוך ;יידיש?" איז אַרױס פון דרוק איז עס געווען אַ געשעעניש אין דער יידישער ליטעראַטור,

מען האָט געװאַרט אויף רעצענזיעס. די ערשטע שװאַלב איז געקומען פון לאָדזש. אין דער לאָדזשער טאָג-צייטונג ;פאָלקסבלאַט* האָט לאַזאַר קאַהן דער ערשטער רעצענזירט דעם זאַמלבוך שיידיש". אַלע אָנטײל-

106 ו. ו, טרונק

נעמער זיינען פון אים שטאַרק געלויבט געװאָרן, אַחוץ מיר. צו מיר האָט ער געהאַט שטאַרקע פאַרבאַהאַלטן און געגעבן אַן אָנצוהערעניש פּרצן וי אַזױ פאַלט ער אויס אַריינצונעמען אַ גבירישן יונגנמאַן אין דער געזעל- שאַפּט פון יידישע שרייבער. איך דערצייל עס נישט דערפאַר, ווייל איך טראָג חלילה נאָך מיין ליבן פריינט לאַזאַר קאַהנען דעם מינדסטן פאַר" דרוס. פאַרקערט: איך וויל נאָר דערמיט וייזן דעם הויכן מאָראַלישן ניוואָ פון דער דעמאָלטדיקער יידישער ליטעראַטור און יידישער פּועסע. דער רעװאָלוציאָנערער יידישער אַרבעטער-קלאַט האָט געפירט אַ הײיליקן קאַמף קעגן דער קאַפּיטאַליסטישער וועלט און אירע סאַטראַפּן,. די יידישע ליטעראַטור און די יידישע פּרעסע האָבן זיך געפילט װי דאָס געוויסן פון דעם דאָזיקן קאַמף, ס'האָט זיך נישט צוגעגלויבט אַז פון דעם קלאַס מיט וועלכן מען האָט פאַרבונדן אַזױ פיל סאָציאַלע אוממאָראַלישקײט זאָל קענען אַרויסקומען עפּעס רעכטס. איך מוז נאָך צוגעבן -- און דאָס אויך װאָס שייך דעם ניואָ פון יענער צייט -- הגם איך בין שוין געװאָרן אַ יידישער שרייבער, אַרויפגעקומען צו פּרצן און אָנגעהױיבן צו לעבן אין גרויס גוט-פריינטשאַפט מיט מיינע קאָלעגן, פונדעסטוועגן איז עס מיר זייער שווער אָנגעקומען ביז עמעצער פון די יידישע שרייבער האָט געװאָלט אַרײינקומען צו מיר אין הויז. מען האָט עס געהאַלטן פאַר אַ פּחיתת-הכבוד צו קומען אין גבירישע הייזער און לאָזן זיך מכבד-זיין פון גבירישער זאַטקײט. אַזאַ איינשטעלונג --- לויט אונדזערע היינטיקע השגות איז זי אפשר אַ ביסל צו נאַאיוו -- האָט פיל אויפגעהויבן דעם מאָראַלישן ווערט פון דעם שריפטשטעלער און די ליטעראַטור,

אײינמאָל -- שוין היפּשע עטלעכע װאָכן נאָכדעם װי דאָס ערשטע זאַמלבוך ;יידיש" איז פאַרעפנטלעכט געװאָרן -- בין איך אַרויפגעקומען צו פּרצן, ער איז מיר אַקעגנגעגאַנגען אַ צעשטראַלטער :

-- זעט װאָס מען שרייבט וועגן אייך, האָט ער געזאָגט און מיר אויפגעמישט אַ רוסישן זשורנאַל.

דאָרט איז געווען אָפּגעדרוקט אַ גרויסע אָפּהאַנדלונג וועגן זאַמלבוך ;יידיש" פון ש. ניגערן. ש. ניגער --- באַלד װוי ער איז נאָר אויפּגעטראָטן אַלס קריטיקער האָט ער געצויגן אויף זיך אַלעמענס אויפמערקזאַמקײט. מען האָט זיך מיט אים אָנגעהויבן שטאַרק צו רעכענען. ניגערס דערשיינונג איז ווירקלעך געווען אַ גרויסער פאָרשריט אין דער, מיט אימפּעט אויפ-

פּוולן 107 װאַכנדיקער, יידישער ליטעראַטור. דאָס געביט פון קריטיק, אָן וועלכער אַ ליטעראַטור קאָן זיך גאָרנישט באַגיין, איז נאָך ביז אַהער געלעגן אין די ווינדעלעך. אַלצדינק װאָס שייך קריטיק האָט נאָך באַלאַנגט צו דער צופעליקייט און צו די קאַפּריזן פון דער ליטעראַטור, בעל-מחשבות האָט נאָך נישט געהאַט געוואוסט פון אַ פּלאַנירטן מעטאָד אין דער ליטעראַ- טור-קריטיק. ער האָט בלויז אַרײינגעברענגט דעם עסטעטישן פעליעטאָן. אייגנטלעך : די לױנענהאַפטיקע ליטעראַרישע עסיי. איין אויפזאַץ פון / בעלימחשבותן האָט זיך נישט געבונדן מיטן אַנדערן. מען האָט נישט געוואוסט װוי אַזױ ער, בעל-ימחשבות, שטעלט זיך פאָר דאָס בילד און דעם וועג פון דער יידישער ליטעראַטור. ש. ניגער האָט דער ערשטער אַריינגעברענגט דעם אַקאַדעמישן קריטישן מעטאָד. אין דעם דאָזיקן פּרט זיינען זיינע פאַרדינסטן אומגעוויינטלעך באַדייטנדיקע. עס גײט נישט אין דערין, וויפל מען איז מסכים מיט ניגערן אין שייכות זיין צוגאַנג צו דעם וועזן און פּראָבלעמען פון דער ליטעראַטור, ניגער אַרבעט מיט אַ מעטאָד פון גרויסער ליטעראַטור-קריטיק, אַ מעטאָד, װאָס אין גרויסן און גאַנצן איז זיין שעפער געווען געאָרג בראַנדעס,

אין זיין אָפּהאַנדלונג וועגן יידיש" האָט ש. ניגער באַזונדערס אַפער- געהויבן מיך און אפרים קאַגאַנאָווסקין. ער האָט דאָרט געזאָגט אויף מיין חשבון עפּיטעטן פון וועלכע עס האָט מיר פּשוט געשװוינדלט אין די אויגן, די עפּיטעטן זיינען געווען היפּש איבערגעטריבענע. איך זאָג עס מיט פולער אויפריכטיקייט: מיין נאָװעלע ,ציגיינער" האָט עס לחלוטין נישט פאַרדינט. פּרץ האָט אויסגעדריקט זייער פיל צופרידנקייט. עס איז אים געווען שטאַרק צום האַרצן װאָס ש. ניגער רימט מיך. װאָרעם ער האָט באַקומען פון פאַרשידענע זייטן באַהאַלטענע פאָרוואורפן פאַר װאָס ער נעמט אַרין אַ גבירישן יונגנמאַן אין אַ זאַמלבוך צװישן יידישע שרייבער, אין יענער צייט האָט מען געהאַט צו גבירים פאָראורטיילן. מען האָט עפּעס נישט געקאָנט ביי זיך פּועלן אַז פון דעם דאָזיקן מעל קאָן מען אָפּבאַקן אַן אָרנטלעך ברויט,

קאַפּיט? דרייצן

;די קאָזע". חנה יל נישט גילטן אין עמיצנס זלות. אונזער קעכין יל נישט האָבן קיין מחזקות מיט היינטוועלטיקע בחורים. קווי פּראָ קוואָ. נישט בי מאָטיען.

עס האָט גענומען אַ לענגערע צייט ביז איך האָב מיין פרוי חנה אַרויפגעברענגט צו פּרצן אין שטוב. הגם שפּעטער -- ווען ער האָט זיך דערקענט אויף איד טיפער אינערלעכער אינטעליגענץ און אויף דער אינטואיציע פון איר מענטשן-קענשאַפט --- האָט ער פון איר זייער געהאַלטן און ליב געהאַט מיט איר צו פירן לאַנגע געשפּרעכן און זי מיטצונעמען אויף זיינע שפּאַצירן אין זאַקסישן גאָרטן. פּרץ דערמאָנט זי אין זיינע בריוו צו דינעזאָנען. ער רופט זי דאָרט אויף אַ שקאָצישן נאָמען: עדי קאָזע".

אַז דער נאָמען ,קאָזע* -- מיט וועלכן פּרץ האָט גערופן חנהן -- איז געווען צוגעפּאַסט סיי צו איר טעמפּעראַמענטפולער יינגלשער שקאָ- צישקייט, סיי צו איר הומאָר קאָן מען זען פון דעם ווייטערדיקן ;אינצידענט".

איך האָב נישט אַרױפגעפֿירט חנהן צו פּרצן איבער צוויי טעמים, קודם איז עס געווען קעגן מיין טאַקט-געפיל זיך באַלד צו באַזעצן ביי פּרצן מיט מיין גאַנצער משפּחה, צווייטנס, האָט אויך חנה קיינמאָל נישט געװאָלט גילטן אין עמעצנס זכות. זי האָט געוואוסט, אַז נאָר. צוליב דעם װאָס זי איז די פרוי פון אַ שריפטשטעלער עפענען זיך פאַר איר די טירן צו פּרצעס הויז, אוו נישט צוליב איר אייגן גילטיקייט. דער משפּחה-שטאָלץ פון לאַנגע דורות איז ביי איר געווען שטאַרק אַנטװיקלט, הגם אין וועזן אירן -- נישט געקוקט דערויף, װאָס זי איז דערצצויגן געװאָרן אין דער משפּחה-קאַמאַריליע פון די פּריוועסעס -- איז זי געווען זייער דעמאַקראַטיש. זייער פּשוט ביי זיך. עס איז איר פונדעסטוועגן שווער פּאָרגעקומען צו זיין דאָס ,צולייגעניש" און דאָס פינפטע ראָד ביים װאָגן

111

112 ו, ו, פרונק

איך האָב געװאַרט אויף אַ געלעגנהייט זי אַרויפצוברענגען צו פּרצן. פּרץ האָט מיך אַ סך מאָל געפרעגט פאַרװאָס איך קום נישט צו אים אַרױיף מיט מיין פרוי.

עס האָט זיך געמאַכט אַ געלעגנהייט. ווייל די געלעגנהייט איז געווען זייער נישט קיין געראָטענע האָט זי זיך אָפּגעשפּילט אויף פאָלגנדיקן װיציקן און שקאָצישן קווי- פּראָ קוואָ

פּרץ האָט אַמאָל געהאַט צוויי בילעטן אין דער װאַרשעװער אָפּערעי ער האָט מיר געגעבן איינעם כדי איך זאָל מיט אים מיטקומען. עס איז מיר איינגעפאַלן אים צו מאַכן דעם אומגעלומפּערטן און נישט-טאַקטישן פאָרשלאָג, אַז היות אפשר זאָל איך דעם בילעט אַװעקגעבן מיין פרוי. זי װועלן זיך טרעפן אין טעאַטער און אַזױ אַרום שליסן באַקאַנטשאַפט און ברעכן דאָס אייז. פּרץ האָט עפּעס וי מסכים געווען. מיט נאַאיווער האָפער- דיקייט האָב איך אַהים געברענגט חנהן דעם בילעט. |

חנה האָט מכלומרשט מסכים געווען צו גיין אויפן בילעט אין דער אָפּערע און אויף אַזאַ אומגעלומפּערטן אופן זיך צו באַקענען מיטן פּרצן ערשט אין אָװנט פאַר דער פאָרשטעלונג האָט זי מיר מיט גרויס תמימות געזאָגט אַז זי פילט זיך נישט גוט און װעט ליידער דעם בילעט נישט קאָנען אויסנוצן.

איך האָב עס אָנגענומען פאַר אַ גוטן תירוץ.

צומאָרגנס האָט חנה מיר געזאָגט, היות אַזױ וי זי האָט געכטן געזאָלט זיין מיטן פּרצן אין טעאַטער און זי איז נישט געקומען, װעט זי מיט מיר היינט אַרױפגײן צו פּרצן.

| איך האָב עס אין מיין נאַאיװױיטעט ווידער באַטראַכט פאַר אַ ריכטיקן

שריט, -- און מיר זיינען ביידע אַרױפגעגאַנגען צו פּרצן

פּרץ האָט, וי זיין שטיינער איז, אַלין געעפנט די טיר. איך האָב אים פאָרגעשטעלט מיין פרוי. דאָ זיינען ביידע צוזאַמען -- פּרץ און חנה --- אױסגעבראָכן מיט אַ שאַליק געלעכטער.

איך האָב געקוקט און נישט פאַרשטאַנען. דער שקאָצישער וויץ פון חנהס זייט האָט זיך באַלד אויפגעקלערט צו ביידנס (פּרצעס און חנהס) גרויסער און פריילעכער צופרידנקייט.

עס האָט זיך אַרױסגעװיזן די פאָלגנדיקע מעשה: |

אַזױ װי חנה האָט געװאָלט וייזן װאָס עס הייסט אַזױינס וען מען

פּוילן 115 באַטראַכט זי בלויז װי אַ ;צוטשעפּעניש* און מען גייט זיך מיט אי באַקאָנען אויף אַזאַ פּראָװינצערישן אופן, האָט זי זיך מיישב געווען און אַװעקגעגעבן דעם בילעט אונדזער קעכין. גראָד איז ביי אונדז געווען א קעכין אַן עלטערע פאַרזעסענע מויד, דערצו אַן ערשט געקומענע פון אַ פּולישן העק און זי האָט נאָך נישט געוואוסט פין די װאַרשעװער מנהגים. אַ יידישע קעכין נאָך גאָר פון אַלטן סידור. זי האָט גערעדט אויף א זינגענ- דיקן פּראָװינצערישן יידיש, געהאַט אַ פאָלקסטימלעכן מענה לשון און זיך פון קיינעם נישט געלאָזט שפּייען אין דער קאַשע. זי האָט נישט געװאָלט קיין מחזקות מיט היינטװועלטיקע װאַרשעװער בחורים, נייערט אַ פאַר- ביטערטע געװאַרט אויף אַ שדכן צי אַ שדכנטע. געלייגט אַ גראָשן צו אַ גראָשן און געזאַמלט אויסשטייער. זי האָט געװאָלט חתונה האָבן וי איר מאַמע, צוריק פאָרן אין שטעטל און זיך אַװעקשטעלן דאָרט אויפן מאַרק און האַנדלען מיט עופות, װאַרשע איז פאַר איר געווען צו טומלדיק און צו פאַרשייט. די מויד האָט אַ פאַרביטערטע געװאַרט, -- און שדכנים זיינען נישט געקומען. דער מינדסטער פלירט װאָס אַ װאַרשעװער בחור איז זיך אונטערגעשטאַנען מיט איר אָנצוהויבן, סיי אין געוועלבל, סיי אין דער יאַטקע און סיי סתם אויף דער גאַס, האָט די פאַרזעסענע מויד באַלך אָפּגעענטפערט מיט אַ פּזמון פון קליינשטעטלדיקן יידיש -- אַז דעם בחור איז גיך פאַרגאַנגען דער חשק. קיין סך בעלנים האָט די אַלטע אומגע- לומפּערטע מויד אויף זיך נישט געהאַט, אַפּילו שבת האָט זי נישט געװאָלט גיין שפּאַצירן, נאָר זיך גוט אויסשלאָפן אונטער דער װאַרעמער פּערענע.

ווען חנה האָט דער מויד פּלוצעם אָנגעשלאָגן צו נעמען אַ בילעט און אויף טשעקאַװעסט גיין אין ;גרויסן טעאַטער* אַרין, האָט די מויד תחילת דערפון נישט געװאָלט הערן. זי יל נישט קיין טעאַטער,. דאָרט זיינען דאָ פול יונגען און זיי לאָזן אַ מויד נישט קיין מנוחה. חנה האָט זי אָבער שטאַרקער אָנגעהויבן צוצורעדן, און דער עיקר איר איינגערעדט אַז אַפילו פאַר אַ שידוך איז בעסער אַמאָל צו האָבן געווען אין אַ טעאַטער און נישט אויסקוקן אין די אויגן פון אַ חתן װי אַ פאַרצייטישע בהמה. פאַרפאַלן, היינטיקע בחורים פאַרלאַנגען מיידלעך װאָס זיינען שוין אַמאָל געווען אין טעאַטער. כדי צוצוגעבן דער מויד חשק האָט חנה איר צוגע- זאָגט אױיסצובאָרגן אַ ניי און שיין שבתדיק קליידל. חנה האָט די קעכין

114 ו, ו. טרונק אונדזערע אױיסגעפּוצט אין עסיק און אין האָניק און זי מיט גרויס פּאַראַד אַװעקגעשיקט צו פּוצן אין ;גרויסן טעאַטער".

די ווייטערדיקע פּרטים און וי אַזױ די דאָזיקע פריילעכע מעשה איז ווייטער פאַרלאָפן האָב איך געהערט נאָך ביי פּרצעס טיר סיי פון פּרצן, סיי פון חנהן,

-- וועמען האָט איר געשיקט אויף אייער אָרט אין טעאַטער אַרײן? האָט פּרץ אַ שטאַרק לאַכנדיקער געפרעגט.

חנה האָט אויך געלאַכט און געענטפערט:

-- מיין קעכין, אַן אַלטע פאַרזעסענע מויד, און זויער און ביטער דערצו, | -- בכוונה האָט איר אױסגעטראַכט דעם דאָזיקן קלוגן װויץ!

-- אַװדאַי בכוונה, מען זאָל זיך נישט װעלן באַקאָנען מיט אַ יונגער דאַמע אויף אַזאַ בטלנישן אופן און איר אומבאַקאַנטערהײט שיקן אַ בילעט אין טעאַטער.

-- איר זענט גערעכט. אַלצדינק איז שולדיק אייער שליממזלדיקער מאַן, האָט פּרץ געלאַכט,

און דאָ האָט פּרץ דער ערשטער אָנגעהויבן צו דערציילן װי אַזױ עס איז צוגעגאַנגען

קומענדיק אין דער אָפּערע האָט ער אויסגעזוכט זיין פּלאַץ, ער האָט געוואוסט, אַז רעכטס נעבן אים דאַרף זיצן מיין פרוי. ער האָט טאַקע געזען זיצן אַ ווייבלעך נפש. אָבער אים איז באַלד זויער געװאָרן אין מויל. ער האָט געטראָפן עפּעס אַן עלטערע אומגעלומפּערטע יידענע, אַ דיקע, מיט רויטע צעפּאַדערטע און אױיסגעפּראַצעװעטע הענט. אים איז היפּש קשה געווען אַז דאָס זאָל זיין אַ טאָכטער פון די פּריוועסעס און מיין פרוי. נאָר פאַרפאַלן, אַזױ איז עס און ס'איז נישטאָ װאָס צו מאַכן. ביים ' ערשטן װאָרט װאָס ער האָט געפּרואװט צו איר רעדן, האָט זי אים אָנגע- קוקט מיט אַ ווילדן כעס, עפּעס אַרױסגעברומט אייף יידיש, און זיך האַסטיק אַװעקגעדרײט. ער האָט ווידער געפּרואווט עפּעס זאָגן. דאָ איז די יידענע געװאָרן שוין גאָר אין כעס און אים געזאָגט, אַז ער זאָל זיך פון איר אָפּטשעפּען און נישט קיינעם דרייען קיין ספּאָדיק. פּרצן איז גאָר אומעטיק געװאָרן. ער האָט געשוויגן. אָבער ס'איז דאָך פאָרט טרונקס פרוי, און

פּוילן 115

ער האָט געפּרואװוט טאָן דעם לעצטן שריט און איר אונטערטראָגן אַ באָמ- באָניערע שאָקאָלאַדע און געבעטן זי זאָל עפּעס נעמען

די יידענע האָט מיט ביידע הענט פון זיך אַ שטופ -אַוועק-געגעבן דעם כיבוד, און געזאָגט פּרצן שוין גאָר אויף אַ גראָב לשון אַז ער זאָל האַלטן די הענט ביי זיך,

במשך דער גאַנצער פאָרשטעלונג האָט פּרץ געשוויגן. אַהיים קומעג- דיק האָט ער דערציילט דער מאַדאַם פּרץ װאָסער באַגעגעניש ער האָט געהאַט מיט טרונקס פרוי, -- און ער קאָן זיך לגמרי נישט צוגלויבן אַז אַזױ קוקט אויס אַ טאָכטער פון די פּריוועסעס. נעבעך אַ רחמנות אויף טרונקן, האָט ער צוגעגעבן. און װאָס האָט דערציילט אייער דאַמע? האָט פּרץ געפרעגט ביי חנהן און נישט אויפגעהערט צו לאַכן

דאָ האָט חנה אָפּגעגעבן באַריכט:

אויך זי, חנה, האָט זיך נישט געלייגט שלאָפן און געװאַרט ביז די מויד װועט אַהיים קומען פון דער אָפּערע. זי איז אַהיים געקומען אַ צעיאָכ- מערטע און אַ בייזע און געהאַט ווילדע פּרעטענזיעס צו חנהן הלמאי זי האָט זי געשיקט אין טעאַטער. איך האָב דער מאַדאַם באַלד געזאָגט אַז היינטיקע צייטן טאָר קיין מויד נישט אַרױסשטעלן אַ פוס אינעם פאַר- שאָלטענעם װאַרשע. אומעטום לויערן פאַצעטן און לאָזן נישט קיין מנוחה. אין טעאַטער האָט זיך צו מיר צוגעטשעפּעט עפּעס אַן אָנשיקעניש מיט געלע װאָנצעס און דווקא געװאָלט פאַרפירן מיט מיר אַ ליבע. ער האָט געמיינט אַז מיט טשאָקאָלאַדקעלעך על איך אים ווייזן אַ שיין פּנימל. נישט ביי מאָטיען. איך בין אַ מויד, װאָס ווייס זי זיך אומצוגיין מיט ואַר- שעווער פאַצעטן. אויב נישט דורך קיין שדכן װעלן זיי אַלע ביי מיר כאַפּן די װויסטע ניכפּה. די מאַדאַם זאָל מיך נאָך אַ מאָל אָפּגילטן גיי איך נישט מער אין טרעיאַטער,

ביי פּרצן אין שטוב האָט געהערשט אַ גרויסע פריילעכקייט. ער האָט חנהן געמאַכט די גרעסטע קאָמפּלימענטן. ביידע האָבן מיר נאָך אַמאָל געגעבן דעם ביטערן פּסק. פּרץ האָט געזאָגט צו חנהן אַז זי איז אַ וואוילע קאָזע, און ער האָט שפּעטער אַלעמען דערציילט די שקאָצישע מעשה.

מיט חנהן אָבער האָט פּרץ געשלאָסן אַ גוט-פריינטשאַפט. ער פלעגט אָפט מיט איר פירן לאַנגע געשפּרעכן, מיטגענומען זי אויף זיינע שפּאַצירן אין זאַקסישן גאָרטן און זייער געהאַלטן פון איר אינטעליגענץ.

קאַפּיטל פערצן

שלוס עליכמס באַציאונגען צו פרצן. פּרצעס באַציאונגען צו שלום עליכמען. דריי פּאַקְטן,

עס איז געווען אַ סוד פאַר בראָד אַז שלום עליכם האָט קנאַפּ געהאַלטן פון פּרצן, שלום עליכמען --- װאָס די ,קליינע מענטשעלעך" צווישן יידן האָבן אים געגעבן אַזאַ שלל פון גייסטיקער עשוות -- איז געווען פרעמד און כמעט דערווידער יעדער פלי אין די הימלען. צו װאָס אויסשטרעקן די הענט צו די שטערן װאָס דאָס נידעריקסטע גרעזל אונטער די פיס דערציילט פון העכסטן און פון וואונדערלעכסטן? שלום-עליכם האָט אויף אַלע ;שטערן-קוקער" געקוקט וי אויף האָקוס-פּאָקוסניקעס, װאָס קאָנען נעבעך נישט די מלאכה פון האַלטן אָרנטלעך די פעדער אין דער האַנט און שיטן דעריבער זאַמד אין די אויגן אַרין מיט זייערע פילע עפּינטעלעך" כדי אויסצוזען מכלומרשט סודותדיק, אויף פּרצן האָט ער געקוקט וי אויף דעם רבי פון אָט-די אַלט ,פּינטעלעך-שרייבער" װאָס מאַכן סתם אַ טומל און סטראַשען די גענדז.

צווייטנס, איז שלום-עליכמען דערווידער געווען יעדע ליטעראַרישע שולע און דעריבער אויך די רביסטווע װאָס פּרץ האָט געפירט צווישן יידישע שרייבער. שלום-עליכם איז תמיד געווען פאַרטאָן אין זיין שאַפן, עס איז פאַר אים געווען די איינציקע וועלט אין וועלכער ער האָט געלעבט און געאָטעמט. יעדער פּרואוו צו זאַמלען אַרום זיך פאַרערער און געמיינזאַם צו טאָן אַ קולטור-טאַט -- מעג זי זיין די גרעסטע -- האָט אין שלום- עליכמס אויגן אויסגעקוקט וי פּטרן די קאָסטבאַרע צייט פון שאַפן. אויב מענטשן פּטרן זייער צייט, מן-הסתם האָבן זיי מיט איר נישט װאָס צו מאַכן. שרייבער דאַרפן גאָר נישט צו טאָן סיידן נאָר צו שרייבן. מאַכן קולטור זאָל מען איבערלאָזן פאַר געזעלשאַפטלעכע טוער. שלום עליכם האָט אויך

119

10 ו, יו טרונק נישט געהאַלטן פון קיין שום קאַרויסהויבן" זיך, פון קיין שום פּראַװען טיש. דאָס פקליינע מענטשעלע" -- ער איז דער עיקר פון אַלע עיקרים, און אויב מען פאַרשטייט נישט דעם פּשוטן אוממיטלבאַרן מענטש, זאָל מען קיינעם נישט דרייען קיין ספּאָדיק,

שלום-עליכם האָט זיין קעגנערשאַפט צו פּרצן נישט געהאַלטן אונ- טערן שטערצל. וואו ער האָט נאָר פרצן געקאָנט טאָן אַ שטאָך האָט ער עס געטאָן מיט דער ברייטער האַנט. עס אין באַקאַנט, אַז שוין ביים ערשטן אויפטריט נון פּרצן אין דער יידישער ליטעראַטור, ווען פּרץ האָט שלום-עליכמען צוגעשיקט פאַר דער ,פאָלקס-ביבליאָטעק* די פּאָעמע ;מאָניש*, האָט עס שלום-עליכם תחילת גאָרנישט געװאָלט דרוקן. דינעזאָן האָט עס שלום-עליכמען קיינמאָל נישט מוחל געווען. |

מאַנכע װאָס האָבן געשריבן זכרונות וועגן פּרצן האָבן דערציילט, אַז אויך מצד פּרצן זיינען געפאַלן גרינגשעציקע באַמערקונגען אויפן חשבון פון שלום-עליכמען. מעגלען -- אין צייטן פון שװאַכקײט און פאַרביטערטקייט האָט זיך פּרץ פאַר עמעצן אַרױסגעכאַפּט מיט אַ װאָרט וועלכעס ער האָט גאָרנישט געטראַכט. איך פון מיין זייט קאָן נאָר דערציילן דריי פאַקטן װאָס באַװייזן פּרצעס טיפסטע פאַרערונג פאַר שלום-עליכמען.

איינמאָל, -- חוץ מיר איז גראָד ביי פּרצן קיינער נישט געווען -- האָט מיך פּרץ לאַנג אָנגעקוקט וי ער װאָלט זיך וועגן עפּעס מיישב זיין, און מיך פּלוצים אַ פרעג טאָן. איך זאָל אים זאָגן אויפן אויפריכטיקסטן אופן צִי איך האָב נישט באַמערקט ביי אים קנאה-געפילן צו שלום אַשן

אַשׁ האָט דאַן געהאַט זיינע גרויסן דערפאָלגן אין דער אײראָפּעץ- אישער װעלט: פּרצעס רום איז נאָר געבליבן צוישן יידן, מן הסתם האָט פּרץ געהערט אַז עמיצער האַט געלאָוט פאַלן אַזאַ קנאה:חשד בנוגע זיין פּערזאָן.

קנאה איז זייער אַן איידל און מענטשלעך געפיל װאָס קאָן ליגן באַהאַלטן גאָר טיף אין בלוט, אַז דער באַטרעפנדיקער אַלײן זאָל נישט וויסן דערפון,. עס איז ממש שווער צו באַהױפּטן אַז עמעצער, אַפילו דער געלייטערטסטער, איז ריין פון קנאה,

זעלבסטפאַרשטענדלעך, הגם פּרץ האָט מיר אַזױ שטרענג באַפױלן צו זיין מיט אים אויפריכטיק, פונדעסטוועגן -- פון גרויס דרך-ארץ צו פּרצן בין איך פאָרט נישט דרייסט געווען אין דעם דאָזיקן פּרט צו רעדן מיט

פּוילן 121 אים אין פולער אויפריכטיקייט, אוֹן איך האָב אים געזאָנט, אַז איך האָב קיינמאָל נישט באַײַערקט ביי אים דאָס מינדסטע קנאה-געפיל צו שלום אַשן.

פּרץ האָט אַ צייט געשויגן, דאַן האָט ער געזאָגט כמעט וי צו זיך אַלײן ;

-- איך בין נאָר מקנא צוויי שריפטשטעלער, שעקספּירן און שלום- עליכמען,

פאַקט נומער צוויי :

אין יענע צייטן האָט עס ביי יידישע שרייבער געהערט צום גוטן טאָן מבטל צו זיין שלום-עליכמען אין שייכות צו פּרצן. אַל דאָס גרויסע, דערהויבענע און טיפע האָט זיך געבונדן מיט פּרצעס נאָמען. שלום- עליכם איז אין דער יידישער ליטעראַטור מכלומרשט געווען נישט מער ווי. דער לוסטיקער שפּאַס-:מאַכער. דער לייכטער און דער אויבנאויפיקער, מיר אַלע זיינען נאָך געווען צו יונג און אַלײן צו אויבנאויפיק כדי צו באַנעמען די יידישע טיפקייטן פון שלום-עליכמס שאַפונגען. אין אַ גע- שפּרעך מיט פּרצן האָב איך מיט גרויס פּאַטאָס איבערגעחזרט דעם גאַנצן פּזמון און זיך באַמיט אונטערצושטרייכן שלוםיעליכמס וינציקע פאַר- דינסטן אין דער יידישער ליטעראַטור,

פּרץ האָט געשוויגן און אויף מיר געקוקט איבער זיינע האַלב-פאַר- שניטענע בינאָקלעס. ער האָט געשוויגן און געשמייכלט אויף אַזאַ אופן אַז איך בין זיכער געווען, אַז איך זאָג אים דאָ די גרעסטע חכמות. ווען איך בין שוין פאַרטיק געװאָרן און בין געווען צופרידן װאָס ענדלעך האָב איך אַרײנגעטראָפּן אין פּינטל. האָט פּרץ זיך אָנגערופן מיט אַ טונקל און כמעט ווייטיקלעך קוֹל:

--- ניין, טרונק. איר פאַרשטײט אַבסאָלוט נישט שלום עליכמען. און ער האָט צוגעגעבן נאָך אַ קליינע פּויזע: אָבער איך האָף אויף אייך, און איך גלייב, אַז איר װועט אַמאָל שלום-עליכמען פאַרשטיין,

פאַקט נומער דרי :

עס איז געווען נאָכדעם וי די ;,פאָלקסטימלעכע געשיכטן" זיינען דערשינען אין אַ בוך-פאָרם. שלום-עליכם האָט דאַן געשריבן דעם באַ- רימטן בריוו צו פּרצן אין װעלכן ער זאָגט, אַז ער, שלום-עליכם, איבער- לייענענדיק די ,פאָלקסטימלעכע געשיכטן" איז צוגעגאַנגען צום שפּיגל

קן ו. ו. טרונק און זיך אַלײין דערלאַנגט צוויי פּעטש פאַרװאָס ער האָט קיינמאָל נישט געוואוסט אָפּצושאַצן פּרצעס װערט. שלום-עליכם איז קיינמאָל נישט געווען אויפריכטיק אין זיינע בריוו צו שרייבער. ער האָט זיינע בריוו תמיד פול געמאַכט מיט אינערגעטריבענער התפּעלות און מליצהדיקע רימענישן. די שװאַכסטע זאַך האָט ער געקאָנט לויבן ביז אין הימל אַרײן. עס האָט זיך מן-הסתם גענומען דערפון, װאָס שלום-עליכם איז כסדר פאַרנומען געווען מיט די וויזיעס פון זיין וועלט. ער האָט זיך מיט קיינעם נישט אויפריכטיק אינטערעסירט און צו קיינעם נישט געהאַט קיין אי" נערלעכע באַציאונג. ער האָט גערימט, נאָר כדי מען זאָל זיך פון אים אָפּטשעפּען און אים לאָזן צורו. איך בין איבערצייגט, אַז אויך זיינע ווילדע התפּעלותן פאַר מענדעלען, זיינען נישט געווען קיין אויפריכטיקע. שלום- עליכם האָט זיכער געוואוסט דעם דיסטאַנץ מיט וויפל דאָס ?אייניקל" איז גרעסער פונעם זיידן, אַן אויסנאַם איז געווען פּרץ. בלויז פּױצן האָט ער אָנגעגריפן --- און דאָס האָט זיך אויך גענומען דערפון, װאָס די דאָזיקע פּערזאָן האָט ער נישט געקאָנט אָפּפּטרן מיט מליצות. פּרץ האָט ביי שלום-עליכמען -- אינסטינקטיוו --- געמוזט זיין אַ כוח, װאָס הגם ער האָט אים נישט באַנומען און נישט גורס געווען, אָבער פאַרבייגיין אים און זיך פון אים ?אָפּטשעפּען איז נישט מעגלעך געווען. ווען שלום- עליכם האָט געלייענט די ,פאָלקסטימלעכע געשיכטן?* האָט ער מיט אַמאָל באַנומען װאָסער געשטאַלט עס איז נעבן אים פּרץ, און אַז זיי זיינען זיך גאָרנישט ווייט איינער פון אַנדערן. זיי שטייען ביידע אין דער אייגענער גרויסער וויזיע פון יידיש וועלט-דאָזיין, פּרץ איז דער גלייכווערטיקער, --- און אויב שלום-עליכם איז די ערד פון דער דאָזיקער וויזיע איז פּרץ דאָרט דער הימל, און ער האָט דערקענט אין פּרצעס פיגורן זיינע אייגענע מנחם-מנדלס און טביהס, נאָר אין אַ העכערער סובלימאַציע פון באַנעמען און באַוואוסטזײין.

איך געדענק ווען אָט-אָידער בריוו פון שלום-עליכמען איז אָנגעקומען צו פּרצן. אין דער היעראַרכיע פון פּאָפּולאַריטעט איז שלום-עליכם דאַן געשטאַנען אין דער טיפסטער ליבשאַפט פון די יידישע מאַסן -- אָבער װאָס שייך קינסטלערישן רום איז פּרץ געשטאַנען אויפן העכסטן אױבנאָן, אַלע האָבן אים צוגעטראָגן די גאָלדענע קרוין פון דער גרעסטער אָנער" קענונג. פאַר פּרצן זיינען שלום-עליכמס װערטער געווען דער לויב פון

מוולן 129 דעם גרעסטן אויף וועלכן ער האָט אַזױ לאַנג געװאַרט. לאַנגע טעג װאָש ער שלום-עליכמס בריוו אַרומגעטראָגן ביי זיך אין בוזעם-קעשענע. און ס'איז נישט געווען קיין גרענעץ צו זיין טיפער אינערלעכער פרייד, כמעט מיט אַ יינגלשן שטאָלץ, מיט דעם שטאָלץ פון אַן אָנפאַנגער װאָס האָט באַקומען די ערשטע אָנערקענונג, האָט פרץ אַלעמען געויזן שלום- עליכמס בריוו און ער האָט געזאָגט: ;זעט װאָס שלום-עליכם שרייבט צו מיר!* פּרץ האָט פאַרשטאַנען, אַז ווען עס איז אים געראָטן אַריינצוקומען מיט זיינע יידישע ליכטיקייטן אין דער וואונדערלעכער און טיפער יידישער וועלט װאָס הייסט שלום-עליכם ערשט דאַן האָט י. ל, פּרץ דערגרייכט זיין שלימות,

קאַפּיטל פופצן

קאַפולעט און מאָנטאַגאָ. די ווינערס אין לאָדזש יאָגן זיך צו גלייכן צו די וואַרשעווער פּריוועסעס. עס באַקומט זי נישט לייכט. ר' משה אהרן ווינער. אַהיים- וװועגס שבת פון שטיבל. בנימין ווינער,

איבער פאַרשידענע פּערזענלעכע סיבות האָב איך מיך צוריק גע" צויגן קיין לאָדזש. גראָד ווען איך בין אָנגעקומען אין דער דאָזיקער גאָלדענער שטאָט האָט לאָדזש געקאָכט מיט אַ געשעעניש װאָס האָט זיך אָפּנעשפּילט צווישן צוויי פון די גרעסטע און רייכסטע חסידישע משפּחות אין לאָדזש. נעמלעך : אַ דראַמע פון אַ חסידישער ראָמעאָ און יוליא. די מעגלעכקייט פון אַזאַ דראַמע האָט אויך געוויזן דעם גייסט פון דער נייער צייט װאָס האָט זיך פאַר גאָרנישט אָפּגעשטעלט און קיינעם נישט געשוינט.

אַ דראַמע צװישן אַ חסידישן קאַפּולעט און אַ חסידישן מאָנטאַנאָ צװישן דער משפּחה וואידיסלאַװוסקי און דער משפּחה ווינער,

נאָר איך על עס דערציילן בהדרגה,

נאָך ר' ישעיה פּריװועסן אין װאַרשע איז ר' משה אהרן ווינער אין לאָדזש געווען דער גרעסטער אַדיר צװישן חסידים אין פּוילן, מען האָט אים געשאַצט ביי אַ צען מיליאָן רובל, ער האָט געהאַט אַ גרויס הויז אויף פּיעטריקאָװער גאַס אין לאָדזש און גרויסע פאַבריקן אין זדונסקעװאָליע. זיינע סחורות האָבן געהאַט אַ שם איבער רוסלאַנד און ער האָט געסמאַליעט אַ וועלט. אין לאָדזש האָט ר' משה אַהרן ווינער געװאָלט שפּילן די ראָלע פון אַן אָרטיקן ר' ישעיה פּריוועס. עס איז אים געגראָטן כמעט אויף חונדערט פּראָצענט. ער און זיינע הויזגעזינטן זיינען געווען שאַרפע גערער חסידים, געהערט אין גער צו די גבירישע פענער. דאָס האָט אויך צוגע- געבן דער משפּחה ווינער חשיבות און אָנזען

אויסערלעך איז עס געווען אַ לאָדזשער קאָפּיע פון די באַרימטע ואַר-" שעווער פּריוועסעס. נאָר אויב אַ קאָפּיע איז נישט מער וי אַ נאָכמאַכעניש

127

128 ו, י. טרונק

פון דעם אָריגינאַל --- זיינען עס געווען די ווינערס אין שייכות צו די פּריוועסעס. עס האָט זיי געפעלט דער שטאַנד און די טראַדיציע פון די פּריוועסעס. די דורות פון גבירותשאַפט און װאױילשטאַנד, אומעטום -- הגם זיי האָבן געשפּילט די גבירישע ברייטקייט -- איז פאָרט באַלד אַרױסגעקראָכן דער אויפגעקומענער פאַרוועניו. אַפילו די בייכלעך און די בערד פון די ווינערס האָבן דערציילט פון דער אומגעלומפּערטער נאָכ" קרימעניש, די פּריוועסעס זיינען געווען הויכע ברחבותדיקע יידן. כמעט אַלע האָבן זיי געהאט שיינע הדרתדיקע בערד. די גבירישע בייכער זייערע האָבן זיך געשטופּט אַלעמען אין די אויגן אַרײן און גערופן תרבות. די בייכלעך פון די ווינערס האָבן גלאַט אויסגעקוקט וי אָנגעבלאָזענע פעסער. זיי זיינען די ווינערס געקראָכן. ביז צום האַלדז. און זייערע בערד, -- וויפל די ווינערס האָבן זיי נישט געקעכלט, האָבן זיי זיך פאָרט נישט געהאַלטן אין דער מדרגה און פאַרלאָפן אין שפּיצן װי בערד פון אָרע- מעלייט, | די ווינערס איז היפּשלעך שווער אָנגעקומען זיך אַרױפצוכאַפּן אויפן סאַמע גאָלדענעם אױבנאָן פון די חשובסטע גבירים. הגם זיי האָבן אַלצדינק געטאָן דערצו. געפאָרן אין די אייגענע װאַרעם-בעדער װאָס די פּריוועסעס, זיך משדך געווען מיט די גרעסטע גבירים און טאַקע מיט די פּריוועסעס גופא, געהאַט אַרום זיך מחנות מיט חסידישע טעלער-לעקער און לאַפּי" טוטן, געהאַט אַן אייגן גערער שטיבל, אַפילו געזעסן ביים גערער :טיש" באַגלייך מיט די פּריוועסעס, --- דאָס אַלצדינק װאָלט זייער גוט געווען זוען מען איז נאָר אַ ביסעלע מער פיפיקער און מען האָט אַ קאַפּעטשקע מער שכל,

אויף דעם דאָויקן פּרט האָבן די וינערס גאָר שטאַרק אונטער- געהינקט,

זיי האָבן אַלע גערעדט אַ האַרטן לאָדזשער יידיש אַזױ וי מען רעדט אויף דער קאַלט-שטאָט?. מען האָט נישט לאַנג באַדאַרפט. מיט זיי צו רעדן כדי צו זען אַז זיי זיינען פּראָווינצערישע לעמעשקעס, הגם אַלע האָבן זיי געחנפעט און צוגעשטעלט די אויערן טאָמער האָט אַ ווינער אויפגע- עפנט דאָס מויל. אַחוץ דעם האָבן כייזע צינגער געזאָגט, אַז די װוינערס זיינען אַ קאַפּעטשקעלע געהרגעט אויף די קליינע אותיות און ס'קומט זי אָן מיט נויט-שווייס אַ שייטל חומש. נאָר דאָס אַלצדינק זיינען קלייניקייטן,

פוילן 129

זייער רום איז געװאַקסן, און זיי האָבן זיך כסדר באַמיט צו דעריאָגן די פּריוועסעס,

פּונקט וי ביי די פּריוועסעס זיינען די אהייזער" פון די ווינערס נישט געווען צװוישן זיך אין גרויסער ליבשאַפּט. אויך דאָ איז געוען אַ פעטע שיסל ביי וועלכער יעדער פון די זין האָט געװאָלט האָבן די בכורה, אויך דאָ איז געווען אַ ;פאַטער פאַמיליאַס", אַ ר' משה אהרן ווינער, װאָס איז געווען, אַזױ צו זאָגן, די ליכטיקע זון פון דער משפּחה און האָט פאַנאַנדערגעטײלט חסד,

אויך דאָס איז געווען נישט מער װי אַ נאָכקרימעניש נאָך די פּרי- וועסעס. ווען ר' ישעיה פּריוועס איז געווען אַ ייד פול מיט כאַראַקטער, אַ שטאַרקע האַנט און אַ געבוירענער טיראַן, איז דער וינערישער ;פאָטער*, ר' משה אהרן געווטן אַ ייד אַ לעמעשקע. מען האָט אים ממש ביי די אויערן געמוזט אַרויפציען צו זיין גדלות און תמיד געמוזט אַכטונג געבן אַז די קרוין זאָל אים זיצן אויפן קאָפּ מעשה-קיניג און ער זאָל געדענ- קען זיך צו האַלטן אין דער מדרגה פון אַ גביר. ס'האָט עפּעס וי אויס- געקוקט אַז מען האַלט תמיד אַ צערעמאָניע-מייסטער ועלכער זאָל האָבן אויף ר' משה אהרנען אַן אויג און אים לערנען גבירישע תרבות. מען האָט אים, ר' משה אהונען, געהאַלטן וי אין װאַטע כדי מענטשן זאָלן אים װאָס וייניקער זען און בלויז הערן זיין רום. אָדער מען האָט אים אַװעקגעשיקט אויף חדשים לאַנג אין די אויסלענדישע װאַרעם- בעדער, אָדער --- וען ער אִיז געווען אין לאָדזש -- האָט מען אים זעלטן אַרױיסגעלאָזט אויף דער גאַס. ר' משה אהרנען האָט מען ס'רוב געקאָנט זען נאָר שבת ווען ער איז געגאַנגען דאַװענען אין זיין שטיבל אַרײן, אָדער ווען ער איז אַהיים געגאַנגען פון דאַװענען. ער איז געגאַנגען אַרומגערינגלט מיט זיינע זין און מקורבים, פון הינטן האָט עמעץ נאָכגעטראָגן דעם גרויסן גבירישן טלית-זאַק. ר' משה אהרן האָט געטראָטן פּאַמעלעכל, פּאַמעלעכל, טריט ביי טריט, געהאַלטן מעשה גביר, די אויגן אַראָפּגעלאָזן אוֹיף די שטיינער, גלייך וי ער װאָלט די שטיינער געװאָלט מכבד זיין מיט דעם גרויסן כבוד דערמיט װאָס ער, ר' משה אחרן ווינער, טרעט אויף זיי,

אַזױ וי צװישן אַלע זין מוז דאָך פאָרט זיין עמיצער װאָס גילט סוף-כל-סוף אַלס דער געראָטענער און דער ליבלינג פונעם גביר און זיין סביבה, -- איז עס געװען ר' משה אַהרנס בכור בנימין

150 ו; ו, טרונק

בנימין ווינער איז פּונקט וי זיינע ברידער געווען אַ קורצער און אַ גראָבער וי אַן אָנגעבלאָזן פעסל, מיט אַ נידעריקן שטערן און מיט אַרױסגעזעצטע קיילעכדיקע פעטלעך-רויטע אויגן. אַלע האָבן געזאָגט, אַז בנימין איז דער געראָטענער און דער ;שאַרפער קאָפּ* צוישן די ווינערס און קאָן גיכער אַרײנקוקן אין די קליינע אותיות. פון דעם קוקן אין די קליינע אותיות האָט זיך אױיסגעלאָזט אַז שבת האָט בנימין ווינער גאָר אָנגעהויבן צו לערנען ,זוהר". גענומען האָט זיך עס קודם דערפון, װאָס . דער ;זוהר* איז אַ ספר װאָס ס'זיינען דאָ קנאַפּ קאָנטראָלערן וי ווייט בנימין ווינער איז דאָרט בשלום אַדורכגעקראָכן, און מען קאָן גלאַט בעבען דאָרט אויפן הויכן קול, זאָגן װויסטע גרייזן און פאָרן אויף די זאַצן װי אויף קלעצער, קיינער וצט נישט דערגיין קיין טאָלק. אי מען סטראַשעט די פּראָסטע יידן, אי די גבירותשאַפט שאַרפט זיך מיט חסידישער חוצפּה און מען ווייזט אַלעמען ווער עס איז עלטער. אַז בנימין האָט זיך אינמיטן דערין גענומען צום ,זוהר" איז סיי ביי ר' משה אהרנען אַלין און סיי ביי די ברידער ווינער אָפּגענומען געװאָרן דאָס לשון. מען האָט טאַקע געזען. אַז בנימין איז דער געראָטנסטער און ער האָט פאַרדינט דעם אױיבנאָן ביי די ווינערס מיטן פולן שעפל. קיינער פון די ברידער האָט נישט געהאַט אַזױ פיל פאַנטאַזיע אויך צו מאַכן אַזאַ קונציקן .שפּרונג?, זיי זיינען אַלע געווען היפּשלעך טעמפּעװאַטע, זיי האָבן סוף-כל-סוף אַראָפּגעלאָזט די קעפּ און געבליבן שטיין הינטער בנימינען וי אָפּגעשמיסענע חדר-יינגלעך.

דורך דעם ;זוהר" האָט זיך בנימין גענומען אַ סך פּריווילעגיעס, קודם, איז ער נישט אַהיים געגאַנגען שבת פון דאַװענען צװישן דער סוויטע װאָס האָט באַגלײיט ר' משה אהרנען, נייערט ער איז נאָך געבליבן אַ צייט אין שטיבל כדי צו פאַרענדיקן דעם ?זוהר" פון דער פּרשה, שפּעטער איז ער אַהיים געגאַנגען מיט אַן אייגענער סוויטע פון מקורבים און לאַפּיטוטן, אויך אים האָט מען נאָכגעטראָגן דעם קזוהר* און דעם טלית-זאַק. בנימין האָט פּונקט װי ר' משה אַהרן געטראָטן פּאַמעלעכל, פּאַמעלעכל, שבתדיק, מיט אַראָפּגעלאָזענע אויגן אויף די שטיינער. מען האָט בחוש געזען, אַז איינציקווייז איינציקווייז טיילט זיך בנימין אויס פון דער ווינערישער סטאַדע און עו הייבט אָן צו פירן אַן אייגענעם שטאַט פון גבירותשאַפט און חסידישער שאַרפקייט.

פּונקט װי ר' ישעיה פּריװועס האָט ר' משה אַהרן ווינער געהאַט

פּוילן 121

קנאַפּ טעכטער. נישט מער יי צויי. מיט איינער האָט ער זיך משדך געווען מיט ר' זיסקינד ביאַלער פון װאַרשע. מיט דער צווייטער האָט ער אויך געטאָן פון װאַרשע. דער מחותן איז געווען ר' אברהמלע מענדלסאָן אַ זון פון ר' מאיר מענדלסאָן. פון דער דאָזיקער טאָכטער האָט ער געהאַט אַ סך אייניקלעך-טעכטער. זיי זיינען אַלע דערצויגן געװאָרן אין גרויס וואוילטאָג אין זדונסקע װאָליע וואו עס האָבן מיט פיל שפע גערויכערט ר' משה אַהרנס פאַבריקן, /

קאַפּיטל זעכצן

ר' יעקב וואָידיסלאַווסקי וויל זיך נישט פאַרלאָזן בלויז אויפן בלינדן מזל. זיינע זין, יאָסל וואָידיסלאַווסקי רימט פאַר סטרייקנדיקע גויישע אַרבעטער די גוטס- קייט פון קאַפּיטאַליסטישן סיסטעם. העלטשע גרייט זיך, הערשל רובינס ;זינד". הערשל רובין עסט צװואַמען מיט אָרעמע יידן פון איין טעלער. אין די פלאַמען פון קידוש-השם. רחלע.

די צווייטע גביריש-חסידישע משפּחה אין לאָדזש נאָך די ווינערס זיינען געווען די וואידיסלאַווסקיס,

דאָ איז אויך געווען אַ ,פאַטער פאַמיליאַס* וי ביי די ווינערס און ער האָט געהייסן ר' יעקב. די משפּחה וואידיסלאַװוסקי איז געשטאַנען אין שאַרפסטן גייסטיקן קעגנזאַץ צו די ווינערס. װוי ס'רוב לאָדזשער גבירים איז ר' יעקב אַמאָל געווען אַ וועבער. ער האָט זיך פּאַמעלעך אַרויפגע- אַרבעט צו דער מדריגה פון אַ גרויסן פאַבריקאַנט, צוזאַמען מיט זיין אויפגעקומענקייט האָט ער אויך מיטגעברענגט אַ סך פעאיקייטן און אַ סך טעמפּעראַמענט. דער עיקר -- ר' יעקב איז געווען אַ קלוגער פיפיקער ייד און אַן עקשן. ער האָט נישט געװאָלט מיטמאַכן די פּוסטע גבירישע גאווה-שטיק פון די ווינערס. ער האָט ליב געהאַט דעם לאָדזשער עולם- המעשה, די מאַשינען אין זיינע פאַבריקן און דאָס װאַגערישע שפּיל פון לאָדזשער וועלט-מטחר. ר' יעקב האָט זיך נישט געװאָלט פאַרלאָזן בלויז אויפן בלינדן מזל און אויף דער פּוטער, װאָס װעט זיך אים מן-הסתם דרייען אויף אַרױף,

ער האָט געהאַט אַ היפּשע צאָל זין. אין זיי איז דער היפּך צו די ווינערס צום שאַרפסטן געקומען צום אויסדוזק, סיי פיז יאָנאָמיש סיי גייסטיק, פיזיאָנאָמיש האָבן זי לחלוטין נישט געהאַט פון דער באַבײיבל- דיקייט פון צעבאַלעװעטע ליידיקגייערישע גבירים. די װאָידיסלאַװסקיס זיינען אַלע געווען זויכע, דאַרע און געװאַלדיק רירעוודיקע, בלויז בערד האָבן זיי געהאַט שיינע, רחבותדיקע און גביריש-צעקעמטע. פונעם פאָטער ר' יעקב האָבן זיי אַלע געירשנט דעם טעמפּעראַמענט און דאָס נייגיריקע

139

156 ו, ו. טרונק

אַרײנקוקן אין די מאַשינען אוּן אין מסחר, זיי האָבן זיך נישט געװאָלט אַרומדרײען אין זייער עשרות וי זאַטע בטלנים און פאַרלאָזן זיך אויפן פרעמדן שכל און פרעמדע הענט, | די וואידיסלאַווסקיס זיינען געווען בני-תורה און קלוגע ערשט- קלאַסיקע סוחרים. איינער פון זיי, הענעך -- דויקא אַ שטאַרק חסידישער ייד און דורך זיין ווייב אַ קרוב מיטן גערער ;הויף? -- האָט זיך אַפילן אויסגעלערנט זיין אַ וועבער-מייסטער און געוויזן, אַז אַ חסידישער גביר מוז נישט זיין --- װאָס שייך מלאכה -- אַ טױיגעניכטס. דער דאָזיקער הענעך האָט זיך אַרומגעטראָגן מיטן געדאַנק צו זיין דער פּיאָנער פון לאָדזשער פאַבריקאַציע אין ארץ-ישראל, ער איז שפּעטער טאַקע געפאָרן אַהין און געווען דאָרט פון די ערשטע טעקסטיל-פּיאָנערן. אַן אַנדערער פון די װאָידיסלאַווסקיס, לייבל, האָט זיך אַחוץ אין גרויסן מסחר אויך פאַרנומען מיט ביבליאָגראַפיע האָט געהאַט איינע פון די רייכסטע רבגישע פּריוואַט-ביבליאָטעקן אין פּוילן, איז געווען אַ מעצענאַט אַרױסצוגעבן זעל- טענע קבלה-ספרים און אַלײן אָנגעשריבן אַ מאָנאָגראַפיע פון רמ"ע מפאנו. מיט איין װאָרט: די ואָידיסלאַװוסקיס זיינען געווען פון די טעמ- פּעראַמענטפולסטע און אינטעליגענטסטע חסידיש-גבירישע משפּחות אין לאָדזש, שפּעטער ווען עס האָט זיך געגרינדעט די ;אַגודה* זיינען זיי געשטאַנען אין דער שפּיץ פון דער דאָזיקער מאָדערן-אָרטאָדאָקסישער באַוועגונג, דער עלטסטער ברודער זייערער, יאָסל וװאָידיסלאַװסקי, פון וועלכן איך וויל בפרטותדיקער רעדן אין שייכות מיט די געשעענישן אין די פאָלגנדיקע קאַפּיטלען, איז גאָר געווען אַ זעלטענער און אַן אײיגנאַרטיקער ייד,. אין קעגנזאַץ צו זיינע הויכע געװויקסיקע ברידער איז ער געווען אַ נידעריקער, כמעט א דראָבנער וי אַ יונג בחורל, נאָר מיט אַן אַלט און קליין פּנימל און מיט אַ קורץ גראָ בערדל. ער איז געווען אַ טיפער שתקן. אָבער אין דעם דריבנעם גופל פון יאָסל װאָידיסלאַװסקי האָט געשטעקט אַ ים מיט עקשנותדיקן כאַראַקטער. ער איז געווען אַ ייד, װאָס האָט זיך געהאַט זיינע אייגענע אָריגינעלע פּרינציפּן, די דאָזיקע פּרינציפּן האָט ער פאַרטיײידיקט מיט אַן אויסטערלישן מוט, מיט דער שאַרפסטער קאָנ" סעקווענץ און מיט דער אומברחמנונדיקער ערלעכקייט פון אַן אַסקעט, אַזױ צ. ב, איז ער געווען אַן איבערצייגטער רעאַקציאָנער, נישט בלויז

פוולן 137

װאָס שייך פרומקייט נאָר אויך אין שייכות צו מסחר און צו דער ווירט- שאַפּטלעכער וועלט. זיינע געדאַנקען וועגן אַלצדינג זיינען געווען שאַרפע, ביטערע, אָבער זיינע אייגענע און ערלעכע. אין װאָידיסלאַוװוסקיס פאַבריקן האָבן אַמאָל געבושעוועט סטרייקן. די אַרבעטער, גויים פון די לינקסטע פּאַרטײען, זיינען געווען זייער אויפגערעגט פון דעם האַרטנעקיקן נישט- נאָכגעבן פון די װאָידיסלאַווסקיס און האָבן געמאַכט מיטינגען אויפן הויף פון דער פאַבריק און געשטורעמט אויף די פאַבריקאַנטן, דער קליינער דראָבנער יאָסל װאָידיסלאַװוסקי איוו געקומען אויף אַזאַ מיטינג, געבעטן אַ װאָרט, און אויף אַ הויכן פּוױליש געגעבן די אַרבעטער צו פאַרשטיין אַז די קאַפּיטאַליסטישע אָרדענונג איז די בעסטע, און אַז בכלל דאַרפן גבירים צו הערשן איבער דער וועלט. אויב אָרעמע מענטשן מוזן אַרבעטן פאַר די רייכע, איז עס בלויז די קלוגע און גערעכטע השגחה פון דער גאָטהײט. אַזױ מוז עס זיין און ס'וועט אַזױ בלייבן עד סוף כל הדורות. די סאָציאַליסטן זיינען נישט מער װי שלעכטע פאַרפירער װאָס טרייבן די אַרבעטער מורד צו זיין אין דעם גערעכטסטן און קלוגסטן סדר פון דער וועלט. יאָסל וואָידיסלאַװסקי האָט עס נישט געזאָגט מיט דער דעה צו איבערצייגן די אַרבעטער און צו פאַרענדיקן דעם סטרייק. אים איז דאָ געגאַנגען װייניקער אין זיין מאַטעריאַליסטישן געווינס, נייערט אין פּרינציפּ און אין דעם אָפּענעם אַרױסטראָגן זיינע געדאַנקען דווקא אויף דעם אָרט, וואו עס איז צום געפערלעכסטן זיי צו זאָגן. ער האָט עס געטאָן מיט אויסערגעוויינטלעכן און פאַרביסענעם מוט, און נישט געקוקט אויף דערויף װאָס ער איז נישט מער וי אַ קליין װינציק יידל שטעלט ער זיך אַװעק מיט זיינע פּרינציפּן אינמיטן מחנות פון אויפגעהעצטע און פאַרביטערטע גויאישע אַרבעטער. מען מוז האָבן מוט צו זאָגן און צו טאָן דעם אמת. עס שפּילט נישט קיין ראָלע ביי װאָסערע אומשטענדן

הגם די איבעריקע װאָידיסלאַװסקיס האָבן געהאַט צו היפּשלעך קינדער, אָבער יאָסל איז אויך דאָ װוי געגאַנגען זיין אייגענעם דרך. ער האָט נישט מער געהאַט װי צוויי קינדער, טעכטער, העלטשע און רחלע,

העלטשע האָט מער אַרײנגעגראָטן אין דער משפּחה פון דער מוטער, אין די װאַרשאַװסקיס. ר' יונה װאַרשאַװסקי איז נישט געװען פון די גרויסע לאָדזשער גבירים. ער האָט געשטאַמט פון זדונסקע װאָליע, אָבער ער האָט געהאַט שיינע טעכטער. בכלל זיינען די װאַרשאַװסקיס געווען

158 ו. ו, טרונק

זייער אַ פּעדאַנטישע און ווייבערישע משפּחה, האָבן זיך ליב געהאַט צו סטראָיען און צו פּוצן, און אַפילו די מאַנסבילן דאָרט זיינען געווען װי צירלעכע פאַרפּיעשטשעטע מיידלעך. העלטשע, יאָסל װאָידיסלאַװסקיס טאָכטער, האָט אַרײנגעגראָטן אין איר פאָטער נישט מער וי סיידן אין איר דראָבנעקײט. אַזױ איז זי אינגאַנצן געראָטן געווען אין די פּעדאַנטישע ווייבערישע ואַרשאַװוסקיס, זי איז געווען אַ שיין מיידל. צירלעך וי אַ ליאַלקע, איר גאַנצער קאָפּ איז געלעגן אין פּוצן זיך, אין פּעדאַנטישער אויפמערקזאַמקײט אויף דער שטוביקער באַלעבאַטישקײט: אַז עס זאָל אַלצדינק זיין ביי איר בליץ און בלאַנק, און עס זאָל זיך חס ושלום נישט אָנזען קיין שטויבעלע אַרום איר,

יאָסל װאָידיסלאַװוסקי האָט מיט העלטשען געטאָן אַ שידוך מיט ר' חנא רובין פון טאָמאַשאָוו, אַ חשובער חסידישער פאַבריקאַנט, געוויס איז העלטשע געווען צופרידן מיט יעדן חתן, װאָס דער פאָטער גיט איר, װאָרעם עס איז פונאויפסניי דאָ אָן אָרט וואו צו פּאַסן קליידער, זיך צו פּוצן, און צו זיצן גאַנצענע טעג כיי די שניידערינס צוליב דעם גרויסן אויס- שטייער. דאָס הערלעכסטע בילד פון איר צוקונפט האָט זי געזען אין איר אייגענער דירה, וואו אַלצדינק װועט זיין בליץ און בלאַנק און אַרום איר װעט זיך נישט זען קיין שטויבעלע. הערשל רובין, העלטשעס מאַן האָט זי אָבער אין דעם דאָזיקן פּרט שטאַרק אַנטױשט, וי עס װעט מיר באַלד אויסקומען צוֹ דערציילן,

מען האָט דערציילט פון אַלטע התלהבותדיקע חסידים װאָס האָבן פול געמאַכט די חסידישע פאַרצייטנס. הערשל רובין, דער נגידישער יונגערמאַן פון טאָמאַשאָו, יאָסל וװאָידיסלאַוװוסקיס איידעם, איז געוען פולשטענדיק אַזאַ טיפּ פון אַ מענטש. ער איז כסדר געווען אין אַ טעמ- פּעראַטור פון טיפער עקזאַלטירטקײט, זיינע שיינע שװאַרצע אויגן האָבן תמיד געברענט מיט אַ פייער פון אינערלעכער דבקות. ער איז געווען אַ זוכער, נישט וי קיין ראַציאָנאַליסט, נייערט וי אַ מבקש, אַ מיסטיקער, אין דעם דאָזיקן פּרט האָט ער אַרױסגעװיזן אויסערגעוויינטלעכן מוט, אַזױ וי די צייטן זיינען געווען מאָדערנע און רעװאָלוציאָנערע און דער אַלטער יידישער לעבגס-שטייגער פון אַלעמען אויסגעלאַכט, -- האָט הערשל רובין געגלייבט, אַז די נייע אײיראָפּעאישע וועלט וועט אים אונטערטראָגן די אמתן פאַר זיין אינערלעכער עקזאַלטירטקײט. ער איז געווען וייניק

פוולן 139 באַהאַװונט אין אײיראָפּעאישער קולטור, איבסען איז דעמאָלט געשטאַנען אין דער גרויסער מאָדע. הערשל רובין האָט געגלייבט, אַז אין איבסענען איז אויפגעשטאַנען דער גרויסער חסידישער רבי. ער האָט אָנגעהויבן צו לייענען איבסענס וערק, און אַפילו איינמאָל, דוכט זיך, נישט מער וי אײינמאָל, געווען אין טעאַטער כדי צו זען איבסענס אַ דראַמע. ער איז געגאַנגען אין טעאַטער עפנטלעך און זיך דאָס מינדסטע נישט געהיטן, ביי דער משפּחה װאָידיסלאַוװוסקי אי/ דערפון אױיסגעבראָכן אַ סקאַנדאַל, אָבער הערשל רובין האָט געהאַט זעלטענעם מוט וען עס האָט זיך געהאַנדלט אין נשמח-זאַכן, זעלטן אַן אײיראָפּעאישער שריפטשטעלער איז געווען אַזױ װײיניק צוגעפּאַסט צו הערשל רובינס התלהבותדיקן געמיט וי גראָד הענריק איבסען. הערשל רובין האָט געמיינט אַז איבסען איז דער גרעס- טער און דער איינציקער און די קרוין פון דער וועלטלעכער קולטור. דער איבסענישער ראַציאָנאַליזם צו וועלכן הערשל רובין האָט קוים געטאָן דעם ערשטן שמעק, האָט אים באַלד שרעקלעך אַנטױישט. מיט דער נאָך גרעסערער עקזאַלטירטקײט פון אַ מיסטיקער װאָס האָט זיך אַנטױישט אין דער ראַציאָ איז ער צוריק געלאָפן צו די אַלטע ספרים פון חסידות, צו דער קבלה, און צו דעם טונקעלן תהום פון די חסידישע יידן, װאָס האָבן זיך געזאַמלט װי ברומענדיקע האָניק-בינען אַרום די פּוילישע רביים. כאָטש הערשל רובינס ;זינד" איז נישט מער געווען סיידן װי ער איז נאָר איין און איינציק מאָל אין זיין לעבן געווען אין טעאַטער -- פונדעסטוועגן האָט ער זיך באַטראַכט װי אַ בעל-תשובה. איבערהויפּט ווען אין דער חסידישער און קבלהשער באַלייכטונג איז דאָס טעאַטער אויסגעקומען װי דאָס גלוסטיקסטע אויג פון די טויזנט אויגן פון אַשמדאַי. זיין ריקצוג צו פרומקייט האָט װוידער הערשל רובין געטאָן מיט עקזאַלטירטער אָפנקייט און מיט מוט. ער איז אָפּגעזעסן גאַנצע װאָכן אין גער, געװאַלגערט זיך דאָרט אויף די קבצנישסטע אַכסניות כדי ;אָפּצוקומען", געקוקט דעם רבין אין די אויגן אַריין מיט דער גרעסטער דבקות, און געלוישט די שמזעסן פון די אַלטע קאָצקער חסידים. אינדערהיים פלעגט הערשל רובין זיך טיף פאַרהילן אין טלית און געדאַװנט שעהן לאַנג. העלטשע האָט געהערט וי אינעם איינגעהילטן טלית וויינט הערשל רובין אויף אַ ביטער יאָמער- לעך קול. וויינט און דאַװנט. און ווען ער נעמט ענדלעך אַרױס דאָס פּנים פון אונטערן צעהילטן טלית, איז דאָס פּנים פייכט פון שוייס און פון

140 ו, ו, טרונק

טרערן און הערשל רובין קוקט אַרום זיך גלייך וי ער װאָלט אָקערשט געקומען פון קאַטאָרגע. |

נאָר װאָס העלטשע האָט אַזױ ביטער באַצאָלט פאַר הערשלס חסידות איז נישט געווען דאָס װאָס ער איז װאָכןדלאַנג געזעסן ביים רבין אין גער, און אַזױ געיאָמערט ביים דאַװענען. הערשל האָט אָנגעהויבן אַרײנצו" ברענגען צו זיך אין דירה די אָרעמסטע און די ברודיקסטע חסידיםי. העלטשע האָט געזען װי דער שענסטער אידעאָל פון איר לעבן די זוי" בערע און בליץ-בלאַנקע דילן, װערן הפקר אונטער די צעריסענע און פאַרבלאָטיקטע שטיװאַלעס פון די דאָזיקע שמאַטעװאַטע יידן זי האָט זיך געריסן פאַרן שייטל, געוויינט און געשריגן ווען זי האָט געזען דעם תל, װאָס הערשלס פריינט מאַכן פון אירע הערלעכע דילן. עס האָט איר גאָרנישט געפּועלט. הערשל ריבין האָט אויפגענומען זיינע אָרעמע יידן גלייך וי זיי װאָלטן געווען די חשובסטע געסט. טיילמאָל האָט זיך העל- טשען אויסגעדוכט אַז פון איר אויסגעצערטלטער דירה ווערט אַ חסידים" שטיבל און זי איז אַנטלאָפן אין דער קיך. אויך פון דאָרט האָט זי געהערט דאָס התלהבותדיקע געברום פון די אָרעמע יידן. הערשל רובין האָט די דאָזיקע יידן געװאָלט האָבן ביי זיך צו מיטאָג און צו וועטשערע. און ווען העלטשע האָט ס'ערשטע מאָל געזען װי הערשל רובין רוקט זיך צו צום טעלער פונעם. ברודיקסטן און אָפּגעריסנסטן ייד און שטעקט דאָרט אַרײן זיין לעפל כדי צו עסן צוזאַמען פון איין טעלער מיטן גרעסטן אָרעמאַן האָט העלטשע ווירקלעך געמיינט אַז אַלע זונען ווערן איר פינצטער אין די הימלען און אַלע וועלטן גייען איר אונטער.

הערשל רובין און העלטשע זיינען פאַרברענט געװאָרן פון די דייטשן אין די קאַלך:אויוונס פון פּױילן, איך בין זיכער: הערשל רובין איז געגאַנגען אויפן מאַרטירער-טױט מיט דער באַװאוסטזיניקער התלהבות פון אַ הײיליקן ייד. ער האָט עס געטאָן מיט דער אייגענער עקזאַלטירטקײט פונקט וי ער האָט געװויינט אונטערן טלית אָדער אַריינגעשטעקט זיין לעפל אינעם טעלער פונעם אָרעמסטן ייד. ער האָט זיך געזען צוזאַמען מיט אָרעמע יידן גיין צו די פלאַמען פון קידוש-השם. דאָס איז זיכער געווען פאַר אים אַ גרויסע טרייסט און אַ טיפער זין.

נאָר איך וויל צוריק אויפנעמען דעם פאָדעם פון די געשעענישף

די צווייטע טאָכטער פון יאָסל װאָידיסלאָווסקי,. רחלע, האָט פיזיאָ-

פּוילן 141

נאָמיש מער אריינגעגראָטן אין איר מוטער. זי איז געווען העכער וי יאָסל װואָידיסלאַווסקי און װי העלטשע. דערביי איז זי געווען אַ שיין שװאַרץ- חנעוודיק מיידל, מיט זייער איידעלע, אָבער שאַרפע קאָנטורן פון אַ ווינ- ציק נישט גרויס פּנים. אויגן האָט זי געהאַט גרויסע, ברענענדיקע און ווילנפולע. אין כאַראַקטער אירן איז זי געווען אינגאַנצן געראָטן אין יאָסל װאָידיסלאַװוסקי. פּונקט װי ער האָט זי געהאַט אַן עקשנותדיקן קאָמפּראָמיסלאָזן רצון. זי האָט געטראָגן אירק געפילן מיט אויסערגע- וויינטלעכער שאַרפקייט און האַרטנעקיקײט. פּונקט װי ביי איר פאָטער איז יעדעס געפיל ביי רחלען פאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַן ערלעכן, טיפן און ראַציאָנעלן פּרינציפּ, פאַר וועלכן מען מוו קעמפן, נישט אָפּטרעטן, און אים אױיסגעטראָגן מיט מוט און אויסדויער,

קאַפּיטל זיבעצן

וואַרשעווער גבירותשאַפט אין לאָדזש. ר' זיסקינד ביאַלער און זיין ווייב כינקע. טביה ביאַלער און זיין ווייב באַשע. דער שמעלקע מיטן רוסישן קייסער. ר' יואל וועגמייסטער פועלט און שרייט אָפּ ביים מלכות די שוואַרצע מחשבות פון די גויים. דער שליסל צו גויישע הערצער. מען טראָגט אונטער ר' יואלן דעס עולם-הבא אויף אַ גאָלדן טעלערל. אַוודאי מעג ר' יואל זיך אָנטאָן ,דייטש"*. דער דייטש ר' יואל וועגמייסטער אין חסידישן געדרענגעניש. יידיש נחת.

טוביה ביאַלער איז געווען פון די לאָדזשער גבירים װאָס סיי אין זייער מסחר און אין זייער התנהגות זיינען זיי געווען װי מחוץ פון לאָדזש. זיי זיינען געווען װאַרשעװעריש אַפילו אין לאָדזש. אין היפּך צו אַלע לאָ- דזשער גבירים האָט טוביה ביאַלער געהאַט אַ פאַבריק פון שפּיצן און שפּיצלעך. גאָר אַ ווייבערישן און פּריצישן מסחר. אַזאַ מסחר איז געווען כמעט פרעמדלעך דער לאָדזשער פאַבריקאַציע, װאָס האָט נאָר געוואוסט פון פעסטע און גרויסע שטיקער סחורה און נישט אַזעלכע איידעלע שמאָכטעס וי ווייבערישע שפּיצן

טוביה ביאַלער האָט זיך נישט אַזױ לייכט געקאָנט אַסימילירן מיט לאָדזש, סיי ער, סיי זיין ווייב באַשע זיינען נישט געווען קיין אויפגעקומענע גבירים. דאָס איז אין לאָדזש געווען אַ זעלטנהייט. טוביה ביאַלער איז געקומען קיין לאָדזש פון דער װאַרשעװער נגידישער סמעטענע. ער איז געקומען מיט שטאַנד און מיט טראַדיציעס.

טוביהס פאָטער, ר' זיסקינד ביאַלער, איז געווען פון די שיינע װאַר- שעווער נגידים. אַ שטילער ייד אין נישט קיין איינרייסער. דעם גרויסן שם און דעם אױבנאָן ביי דער משפּחה ביאַלער האָט גאָר געפירט די מוטער. אַ יידענע האַלב רביצין האַלב אשת-חייל. איר נאָמען -- כינקע -- האָט זיך געטראָגן איבער פּױלן וי פרומער בוימאייל, ר' זיסקינד ביאַלער איז נאָך נישט געווען די ריכטיקע ראָזשינקע אין טוביה ביאַלערס גבירישן פאַרמעג. דער עיקר און דער פּער איז דאָ געווען זיין שווער. דער לייב- לעכער פאָטער פון טוביהס ווייב באַשע. נעמלעך: דער באַרימטער ר' יואל וועגמייסטער פון װאַרשע.

145

146 ו. ו. טרונק

דער נאָמען פון ר' יואל וועגמייסטער האָט געקלונגען צווישן פּױ- לישע חסידים וי אַ ייד אַ גביר, װאָס איז אַ קרוב-למלכות, כמעט װי אַ נאָענטער שמעלקע מיטן רוסישן קייזער, און אויסגעקאָכט מיט אַלע מיניס- טאָרן און שרים, אַלע הויכע פענצטער שטייען פאַר אים אָפן, ער קאָן אָפּשרײען אַלע ביטערע גזירות אויף יידן מיט זיין שאַרפן רוסיש. ווען עס גייט צו שווערלעך און די גויים האָבן זיך גאָר פאַרהאַקט און ווילן נישט ווייכער ווערן פון ר' יואלס רוסיש -- דאַן נעמט זיך ר' יואל צו דעם אױסגעפּרואװטן יידישן מיטל און גיט אַ מתנת-יד דאָרט וואו מען באַדאַרף. ער גיט סיי פון זיין אייגענער קעשענע, סיי --- ער רופט צוזאַמען אַן אַסיפה פון חסידישע גבירים און עס קומען די שווערע טויזנטער. די ביטערע און שװאַרצע מחשבות װאָס די גויים טראָגן אַרום אויף יידן ווערן ווייס װי די לעמעלעך. יידן אָטעמען פונדאָסניי אויף, דאָס אַלץ אין זכות פון ר' יואל וועגמייסטער װאָס ער האָט עפּעס -- װי לוט אַ באַשײימ- פּערלעכן ווילן פון דער השגהה -- געפונען חן אין די אויגן פון די מעכטיקע גויים און ער האָט באַקומען דעם שליסל צו זייערע הערצער און צו זייערע קעשענעס. דאָס רוב ביטערע גזירות װאָס ר' יואל האָט אָפּגעשריגן האָבן וזײיניק געהאַט צו טאָן מיט יידישע פּרנסות און מיט יידישער רעכטלאָזיקייט, ניין. ס'רוב זיינען עס גאָר געווען גזירות אויף פרומקייט און אויף חסידות, װאָרעם אויך אויף דעם האָבן די גויים געלייגט זייער בייז אויג און נישט געװאָלט לאָזן יידן טאָן דעם רצון פון דעם רבונו-של-עולם. אין די הויכע פענצטער פון גויאישן מלכות האָט מען. געװאָלט, אַז די חדר-יינגלעך זאָלען קאָנען אַ קאַפּעטשקע די אָפיציעלע לאַנד-שפּראַך, די חדרים זאָלן זיין אויסגעקערט און נישט שמוציק און פייכט: אַז די רביצין מיט אירע קינדערלעך זאָלן זיך נישט אַרומװאַל- גערן אין חדר צווישן די תלמידים, שיילן דאָרט קאַרטאָפלעס און אין די הייסע זומער-טעג קאָכן דאָרט אויפן פּריפּעטשיק, --- נייערט זיי זאָלן וואוינען באַזונדער: דאָס חדר זאָל אויסזען כמעט וי אַ שולע מיטן פּאָר- טרעט פונעם קייסער אויף דער וװאַנט. אויך דער רבי זאָל אויסקוקן נישט אַזױ פאַרחושכט און זאָל באַװייזן איבערצולייענען כאָטש אַ רוסיש שייטל עברי : --- אַז יידן זאָל! נישט עפנטלעך טראָגן קיין שטריימלעך און קיין פּיאות און זאָלן נישט אַלע -- וי אונטערן מלכות של חסד פון קייסער פּראַנץ יאָזעף -- אויסקוקן װוי סאַמע כלי-קודש און רבנים. און

פוילן 117

נאָך אַזעלכע װויסטע גזירות. איבערהויפּט גזירות װאָס שייך אַ ביסל צו רעפאָרמירן דאָס פאַרעלטערטע סיסטעם פון יידישער דערציאונג האָבן די גויים אין מלכות געװאָלט אױסטראַכטן אויף יידן. אין אַלע רבישע הייף האָט זיך געמאַכט אַ געװאַלד, מען איז געלאָפן צו ר' יואל וועגמייס- טער, אים געטראָגן אויף די הענט און אים צוגעזאָגט דעם ברייטן עולם- הבא. ר' יואל האָט זיך אַ געהיימניספולער אַװעקגעלאָזט צו די גויאישע שרים און געוויזן װאָס ער קאָן מיט ווערטער אוּן מיט קערבלעך. ער האָט כמעט אַלצדינק אָפּגעשריגן בכי-טוב.

ר' יואל וועגמייסטער, הגם ער איז געשטאַנען אין גרויסן ערפורכ- טיקן חשיבות ביי אַלע פּוילישע גוטע-יידן און אַלע רבנים און שיינע יידן האָבן ביי אים אָפּגעהאַקט די טירן, געברענגט צו אים זייערע ביטערע הערצער און זייערע קאָפּדרײענישן מיטן מלכות -- ר' יואל האָט פאַר אַלעמען אָפּגעשריגן װאָס ס'האָט זיך נאָר געלאָזט -- פונדעסטוועגן ער גופא איז געווען אַ שאַרפער גערער חסיד. ער איז געווען אין גערער הויף עפּעס אַזױנס װי דער אַמבאַסאַדאָר פון רוסישן קייסער, און ער האָט דאָרט פאַרשטופּט אַלע לעכער װאָס האָבן געהאַט אַ שייכות צו מלכות. טאָמער האָט זיך אַמאָל אין רבישן גער באַװיזן אַ ;קנעפּל*, מעג עס זיין פון נידע- ריקסטן טשין, האָט מען באַלד געשיקט נאָך ר' יואל וועגמייסטער. ר' יואל האָט אַװעקגעיאָגט אַלע בייזע רוחות. הגם אַזאַ גביר און אַזאַ קרוב למלכות --- ער איז געווען אַ פּאָדריאַטשיק און צוגעשטעלט שפּייז פאָרן רוסישן מיליטער, פון דאַנען האָט זיך גענוזמען זיין באַקאַנטשאַפט מיט פּולקאָװניקעס און גענעראַלן -- האָט זיך ר' יואל וועגמייסטער דווקא האָלט געהאַט צו האַלטן אין גער און צווישן חסידים מיט איבערגעטרי- בענער עניוות. ער האָט זיך נישט געבלאָזן, גענומען האָט זיך עס דערפון, װאָס ר' יואל וועגמייסטער איז געווען דער איינציקער ייד צװישן חסידים אין פוילן װאָס האָט אָפט געטראָגן קורצע מלבושים און אַ קאַפּעליש. אַלע האָבן פאַרשטאַנען --- אַפּילו רבנים און גוטע-יידן -- אַז כדי פּועל צו זיין מיט זיינע אָפּשרײענישן און נושא חן צו זיין ביי די גרויסע גויים, מוז ר' יואל, גייענדיק אַהין, זיך אָנטאָן וי אַ דייטש. אַלע האָבן עס אים מוחל געווען. מאַלע װאָס מען מוז אַלץ טאָן פאַר יידנס-וועגן. ר' יואל וועגמייסטער איז געווען אַ הויכער ייד מיט אַ גראָ בערדל. אין די דייטשישע מלבושים האָט ער טאַקע אין זיך געהאַט פון אַ רוסישן טשינאָװניק. יידן

148 ו. י. טרונק

האָבן געקװאָלן ווען מען האָט געזען אַן אייגענעם חסידישן ייד מיט אַזאַ יוונישן אויסזען. מיט אַזאַ אויסזען איז נישט קיין וואונדער װאָס ר' יואל וועגמייסטער ,פּועלט". ר' יואל וועגמייסטער אַליין אָבער, ווען ער איז געווען אין גער צוישן חסידים און איז גראָד געגאַנגען אָנגעטאָן אין קאַפּעליוש, האָט ער זיך דווקא ליב געהאַט צו שטופּן מיט אַלע צוזאַמען, אונטערן גויאישן קאַפּעליוש האָט ער געטראָגן אַ ברייטע סאַמעטענע יאַרמלקע. דאָס קורצע רעקל האָט ער זיך אַרומגעגאַרטלט מיט אַ חסידישן גאַרטל, אַלע האָבן אויף אים געטייטלט און געוויזן אויף דעם הויכן ייד מיטן יוונישן אויסוען, און געזאָגט: זעט, ר' יזאל װעגמייסטער! מען האָט געזען באַשײמפּערלעך וי דאָס מלכות האָט זיך אַראָפּגעלאָזן צווישן אָרעמע יידן, האַלט זיך גאָר באַשײדן, און לאָזט זיך שטויסן און שטפּן אינעם גרויסן חסידישן געדרענגעניש. יידן האָבן זיך דערפון גאָר געפילט געהויבן און געהאַט אַ ווילדע הנאה,

קאַפּיט? אַכצן

די חטזובע שאָטענעס פון וואַרשע איבער די לאָ- דזשער ביאַלערס. באַשײימפּערלעך גייט די װועלט אויף איר ריכטיקן שליאַך. פלוצעס אינמיטן דרינען דרייט זיך די וועלט איבער די קאַפּאָטע. לאָטע. איבערן דאַך פון די ביאַלערס קלייבט זיך אַ פינצטערער שטורעם. לאָטע און איר חברטע רחלע. אהרן.

יט

ר' זיסקינד ביאַלערס זין טוביה און זיין ווייב באַשע, די לייבלעכע טאָכטער פון ר' יואל וועגמייטטער, האָבן זיך געפילט אין לאָדזש גלייך וי זיי װאָלטן כסדר וייטער געווען אין װאַרשע און געלעבט צװישן זייערע חשובע משפחות. ר' טוביה ביאַלער מיט זיין ווייב האָבן כמעט וי נישט געהאַט קיין פּערזענלעכן לעבן. איטלעכע טאַט װאָס זיי האָבן געטאָן און אַיעדער שריט אין זייער לעבן איז נאָר געווען אַ טייל פון דעם גבירישן שטאַנד און מיליע און האָט פולשטענדיק געמוזט שטימען מיטן גבירישן דעת-הקהל. אומעטום זיינען זי' געשטאַנען איבערן קאָפּ די חשובע שאָטנס פון ר' זיסקינדן און ר' יואלן, זיי האָבן זיך געפילט פאַראַנטװאָרטלעך פאַרן אָנזען און פאַרן פּרעסטיזש פון די משפּחות, אוֹן אַז עס זאָל נישט פאַלן אויף זיי דאָס מינדסטע שטויכעלע. קיינער זאָל חס ושלום נישט קאָנען אַ קרום טאָן מיט דער נאָז און זאָגן דאָס מינדסטע שלעכטע װאָרט. װאָרעם -- אַזױ האָבן געטואַכט טוביה ביאַלער און זיין ווייב באַשע -- דער גביריש-יחוסדיקער סדר פון וועלכן זיי זיינען נישט מער וי צוויי גאָלדענע רינגעלעך --- װעט זיך ציען אין ציען ביזן סוף פון אַלע דורות, אין אַלע דורות װעט זיך טראָגן דער שיינער גביריש-חסידישער נאָמען פון די וועגמייסטערס און די ביאַלערס, זיי, טוביה מיט זיין ווייב באַשע, האָבן נישט מער צו טאָן סיידן וי צו היטן און צו היטן אַז ביי זיי אין שטוב זאָל די וועלט נישט אַרױסגײן פון די רעלסן,

ביי די ערשטע צוויי קינדער האָט באַשײמפּערלעך אויסגעקוקט, אַז אַזױ װעט עס טאַקע זיין, און אַז די וועלט גייט טאַקע אויף איר ריכטיקן שליאַך. איטשע מאיר, דער עלטסטער זון פון טוביה ביאַלער, האָט אָנגע-

121

152 ו. ו. מרונק הויבן צו װאַקסן װוי די ריכטיקע פּרי אויף דעם גאָלדענעם בוים. ער האָט זיך גאָר אָנגעהויבן צו שניידן אויף אַ ר' יואל וועגמייסטער, אין דרויסן האָט די אַרבעטער-רעװאָלוציע געהאַלטן אינמיטן איר גרויסן ברען. דאָס מלכות, וועלכעס טוביה און באַשע האָבן געהאַלטן פאַר אַזאַ פעסטע אייבי- קייט װי די אייביקייט פון זייערע חשובע משפּחות, האָט זיך היפּשלעך פאַנאַנדערגעװאַקלט אין איר טראַדיציאָנעלער אױטאָריטעט. די קלוגע ערנסטע וועלט, וועלכע די ביאַלערס האָבן באַטראַכט פאַר אַ מיושבע און סטאַטעטשנע האָט זיך גאָר איבערגעדרייט די קאַפּאָטע. אין טוביהס איי- גענער פאַבריק האָבן די אַרבעטער געסטרייקט און גערעדט צו אים עזות- קייטן גלייך וי ער וואָלט גאָרנישט געווען קיין זון פון ר' זיסקינד ביאַלער און אַן איידעם פון ר' יואל וועגמייסטער. פונדעסטוועגן איז טוביה זיכער געווען אַז ביי דער שוועל פון זיין דירה װעט די ועלט אויפהערן צו מאַכן אירע משוגענע שטיק.

דער ערשטער דונער, װאָס האָט אַרײנגעקראַכט אין דאַך פון זייער הויז און אָנגעטאָן די ביאַלערס אַ סך גריזאָטע און קאָפּיברעכעניש איז געווען זייער יינגסטע טאָכטער לאָטע.

לאָטע איז געווען אַ דראָבנע חנעוודיק מיידל, גאָרנישט קיין נאַרישע און מיט זעלבשטענדיקער און אינערלעכער אינטעליגענץ. יעדע גייסטיקע רעגונג אין איר האָט זיך עקשנותדיק פאַרװאַנדלט אין אַ נעגאַטיון פּראָ- טעסט צו אַלעם אין צו אַלצדינק. אַ פּראָטעסט צו די מיושבדיקע טראַ- דיציעס פון איר סביבה און צו דער װעלט בכלל, פאַר אַ פּסיכאָ-אַנאַלי- טיקער װאָלט זי געווען אַ גאָלד-גרובן, קודם כל: איר פּסיכיש לעבן דווקא איר פרויען-לעבן איז געווען פאַרפּלאָנטערט און קאָמפּליצירט וי אַ געדיכטער פינצטערער װאַלד אין וועלכן לאָטע אַליין האָט געבלאַנדזשעט אַ פאַרביסענע און דאָרט פאַרלוירן איר פרו'ענהאַפטיקייט, איר יוגנט, און איר לעבן. װאָלט לאָטע געווען מער אַ געזעלשאַפטלעכע נאַטור -- איז די דעמאָלטדיקע רעװאָלוציאָנערע צייט ממש געווען וי צוגעמאָסטן צו איר אינערלעך פּראָטעסט-געפיל. זי איז געווען אַ טיפּישער עקזעמפּליאַר פון אַ וואונדערלעכער רעװאָלוציאָנערקע. צום גרויסן שאָדן פאַר איר אַליין איז לאָטע נישט געגאַנגען אויף דעם דאָזיקן וועג. זי האָט זיך אָנגעלײיענט מיט דער מאָדערנער דעקאַדענטיש אינדיװידואַליסטישער ליטעראַטור. װאָס ס'האָט אַ שייכות צו געזעלשאַפטלעכקײט -- מעג עס שטימען מיט

פּרולן 153 איר אייגן פּראָטעסט-געפיל --- איז שוין געווען גענוג כדי לאָטע זאָל זיך דערפון אָפּקערן מיט דער ביטערסטער פאַראַכטונג. צי האָט לאָטע אַמאָל געהאַט -- אפשר אין אירע קינדער-יאָרן -- אַן אַנטוישונג און אַ קאָנ- פליקט מיט דעם ליבע-געפיל? איך ווייס עס נישט. עס קוקט זיכער אויס אַז דאָס איז געווען די סיבה פון איר טראַגישן קאָמפּליצירטן לעבן, לאָטע האָט איר אינערלעך לעבן געהאַלטן אין טיפסטן בסוד. זי האָט אַליין געהאַט אַ פּאַנישע שרעק פאַר די קאָמפּליצירטקײטן פון איר פּסיביק. ס'איז גענוג געווען אַז עמעצער -- אַפילו דער נאָענטסטער -- זאָל זיך צורירן צו עפּעס פון איר אינערלעך לעבן --- איז זי באַלד אויפגעציטערט געװאָרן װוי מען װאָלט זי געזען אַ נאַקעטע, און זי האָט זיך נאָך מער פאַרהאַקט. איין זאַך האָט זי אויפגעדעקט פון אירע דעפּרימירנדיקע מיג" דערווערטיקייטס-געפילן, נעמלעך, אַז זי איז די מיאוסטע פרוי און קיינער װועט אויף איר נישט װעלן קוקן. הגם עס איז אַנסאָלוט נישט געווען אמת, לאָטע איז גאָר געווען אַ באַחנטע און אַפילו מיט אַ פּיקאַנטן רייץ. זי האָט תמיד געזוכט נײיראָטישע אויסוועגן פאַר אירע קאָמפּלעקסן און זיך מן" הסתם אידענטיפיצירט מיט איר עלטערער שװעסטער װאָס האָט געהאַט אַן אָרגאַנישן שפּראַך-פעלער און מען האָט זי שווער פאַרשטאַנען

די עלטערן אירע האָבן תחילת גאָרנישט באַנומען אַז מיט לאָטען וועט זיי נישט אויסקומען צו האָבן קיין גרינג לעבן. זיי האָבן בכלל -- אַקוראַט װי ר' זיסקינד ביאַלער און ר' יואל וועגמייסטער -- נישט באַ- טראַכט זייערע קינדער אַלס אינדיווידועלע באַשעפענישן מיט אַן אייגן לעבן און מיט אַן אייגענעם ווילן. די קינדער זיינען נישט מער וי ווייטערע רינגעלעך פון דער גאָלדענער קייט, װאָס ציט זיך פון דורות און װועט זיך ווייטער ציען אויף דורות. קיין רינגעלע טאָר זיך נישט אויף דאָס מינדסטע אַרױסרוקן פון דער שטרענגער און חשובער ריי. מאַלע װאָס לאָטע לייענט טאָג און נאַכט אַזױ פיל ביכער און איז טײילמאָל אַזױ מאָדנע און אַזױ סודותדיק, ווער קוקט דערויף און װאָסער ראָלע שפּילט עס. ערשט וען עס האָט זיך באַװיזן דער ערשטער שדכן אוֹן די ביאַלערס האָבן זיך געגרייט אַז אַ גבירישע מחותנתטע זאָל קומען אוֹיף ,באַשויאונג", און לאָטע האָט -- ס'ערשטע מאָל זינט די װעלט שטייט פאַר דער משפּחה ביאַלער -- געשטעלט אַ האַרטנעקיקן און פאַרביסענעם װידערשטאַנד און געזאָגט, אַז בכלל האַלט זי נישט ביי חתונה האָבן, -- דאָ האָבן זיך טוביה

154 ו. ו. טרונק ביאַלער און זיין ווייב באַשע אויסטערליש דערשראָקן. לאָטעס ווערטער האָבן געקלונגען אין זייערע אויערן וי די אָנזאָגן פון אַ פינצטערן שטורעם װאָס קלייבט זיך איבער זייער פעסטן דאַך. עס ברעכט זיך פאָרט אין דער וועלט. די ביאַלערס האָבן מורא געהאַט אַז דער מינדסטער סליאַד פון לאָטעס װערטער זאָל אַרויסקומען אין דרויסן. מענטשן װעלן געוואויר ווערן װאָס עס טראַכט און זאָגט אַ טאָכטער פון די ביאַלערס. מען קאָן מיטאַמאָל פאַרלירן דעם גאַנצן אָנזען אין דעם שטאַנד פון אַלטע חסידישע גבירים,

לאָטע ביאַלער האָט נישט געהאַט קיין סך חברטעס. אָבער פון די ווייניקע חברטעס אירע איז געווען יאָסל װאָידיסלאַוװוסקיס טאָכטער רחלע. חברשאַפט איז אָפּטמאָל אַזױ פרעמד און וואונדערלעך װי די ליבשאַפט. מיר קאָנען נישט שטענדיק דערקלערן דעם פלואיד, װאָס ציט גראָד דעם דאָזיקן מענטשן צו צו אונדז און מיר פילן זיך גוט און נאָענט אין זיין סביבה. טיילמאָל האָבן מיר די בעסטע פריינט צװישן די יעניקע װאָס זיינען אונדז אינטעלעקטועל און ראַציאָנאַל אַבסאָלוט גאָרנישט נאָענט, לאָטע און רחלע זיינען געווען אַבסאָלוט קעגנזעצלעכע טיפן. לאָטע איז געווען אינטעליגענטער און באַלעזענער װי רחלע, דערצו אַ טיף-קאָמ- פּליצירטע פּערזענלעכקייט. רחלע איז געווען שאַרף און גראָדליניק װי איר פאָטער יאָסל װאָידיסלאַװסקי. זי האָט נישט געליטן די מינדסטע טונקלקייט אין איר נשמה. זי האָט געװאָלט אַז אַלצדינק זאָל דאָרט ליגן אָפן, קלאָר, ראַציאָנעל, און דער עיקר, אַיעדעס געפיל זאָל באַלד פאַר- װאַנדלט ווערן אין א טעטיקן טרינציפּ. יעדע רעגונג זאָל באַלד קאָנען באַ- ווייזן איר טאַטהאַפטיקײט. רחלע האָט נישט געליטן די לאַבירינטן און די טונקלענישן אין דער פּסיכיק, װי עס האָט זײי ליב געהאַט לאָטע ביאַלער. דעריבער האָט אפשף לאָטע, װאָס האָט -- װי יעדע שטאַרק- נייראָטישע פּערזאָן -- זיך כסדר אידענטיפיצירט סיי מיט די מינדער- ווערטיקערע און סיי מיט די מערווערטיקערע פון זיך, געזען אין רחלען דעם דאָזיקן פעסטן באָדן אין לעבן אויף וועלכן לאָטע איז געשטאַנען װי אויף אַ זיך װאַקלדיקן תהום,

דערצו איז רחלע געווען אַ פרום מיידל, הגם גראָד דעמאָלט איז פרומקייט אַרױס פון דער מאָדע. אין דער פרייזיניקייט פון די גבירישע און חסידישע טעכטער פון איר סביבה האָט רחלע װאָידיסלאַװסקי געזען

פּוולן 155 נישט מער וי אַן אויבערפלאַכלעכע נאָכמאַכערײ און אַ ניהיליזם. ניהי" ליזם אַלײן איז געווען גענוג אַז עס זאָל פולשטענדיק אָפּשטױסן די עקשנות- דיקע גראָדליניקייט פון רחלען און די קאָנסטרוקציע פון דער פּרינציפג- האַפטיקײט פון איר פּסיכיק. איר האָט פיל מער אימפּאָנירט די ראַציאָנאַלע און מוטיקע פרומקייט פון איר פאָטער יאָסל, איבערהויפּט האָט רחלען געװאַלדיק אימפּאָנירט איר שװאָגער הערשל רובין. הערשל רובין איז געווען דער איינציקער מענטש װאָס האָט אויף רחלען געהאַט די טיפסטע השפּעה. זי האָט אין אים געזען דעם אידעאַל פון ערלעכער און מוטיקער אױיסגעהאַלטנקײט. ווען הערשל האָט געפּרואװט צו זיין פרייזיניק האָט ער זיך מיט קיינעם נישט גערעכנט, פאַר קיינעם נישט מורא געהאַט, אַלעמען ביי די װאָידיסלאַוװוסקיס אָפן געזאָגט זיינע ספקות אין יידישקייט, ער איז געגאַנגען אין טעאַטער כדי צו זען איבסענס אַ דראַמע. און ער האָט עס געטאָן בפרהסיה און מיט רעװאָלוציאָנערן זשעסט. שפּעטער ווען ער האָט זיך אַנטוישט אין דער פרייזיניקייט האָט ער הויך געוויינט אונטערן טלית, אַרײנגעלאָזט צו זיך אין שטוב סאַמע אַלטע אָרעמע חסידים און געגעסן מיט זיי פון איין טעלער. נאָר אַזעלכע מענטשן און נאָר אַזאַ אופן פון רעאַגירן אין לעבן האָבן אין רחלעס אויגן געהאַט אַ ווערט,

איך גיי צוריק צו דער שטוב פון די ביאַלערס,

דער צווייטער זון אַהרן -- איך גלויב, ער איז געווען נישט מער וי מיט אַ יאָר יינגער פון לאָטען -- איז. געווען אַ שטיל באַשײדן בחורל, מיט אַ סך סענטימענט און איידלקייט, וי אַלע ביאַלערס איז ער נישט געווען קיין הויכער, דערפאַר האָט ער געהאַט גרויסע און שיינע שװאַרצע אויגן. דעמאָלט האָט מען אין גער שוין אָנגעהויבן צו פאַרשטיין אַז אויב מען װעט נישט זען פונדאָסניי צו זאַמלען אַרוֹם זיך די חסידישע יוגנט װעט די רעװאָלוציאָנערע אַרבעטער-באַװעגונג -- וי אויך דער ציוניזם -- זיין די פולשטענדיקע גייסטיקע יורשטע פון דער גאַנצער יידישער יוגנט. מען האָט טאַקע אָנגעהויבן צו פאַרשטאַרקן די חסידישע השפּעות אויף דער יוגנט. אין גאָר אַ גרויסער מאָס האָט זיך עס זיי איינגעגעבן אַ סך חסידישע בחורים האָבן אָנגעהויבן צוריק צו גיין צו דער פרומסטער יידישקייט, זיך פונדאָסניי גענומען עקזאַלטירן אין די שיינקייטן פון חסידות. די דאָזיקע בחורים האָבן זיך אָנגעהויבן צו לאָזן װאַקסן גרויסע פּיאות און גיכער געװאָלט אויסקוקן װוי די אַלטע חסידישע זיידעס איידער

16 7 ו. ו. טרונק װוי די היינטצייטיקע חסידישע טאַטעס, אהרן, טוביה ביאַלערס זון, איז אויך אַרונטערגעפאַלן אונטער דער השפּעה פון די דאָזיקע יוגנט-קרייזן ער האָט זיך געלאָזט װאַקסן פּיאות, געלאָפן קייי גער און געפּראַװעט פאַר- צייטישע חסידות. אין טוביה ביאַלערס שטוב האָט מען נישט האָלט געהאַט יעדן שטאַרקערן זשעסט, מעג ער גיין אַפילו אויף דער זייט צו רעכטס און צו אינטענסיווערע פרומקייט. נאָר אַזױ װוי אַזעלכע רעװאָלוציעס האָבן דאַן אָנגעהױבן ווערן די מאָדע אין חסידיש-נגידישע הייזער האָבן די ביאַלערס עס נישט באַטראַכט וי אאַרױסרוקן זיך"* פונעם שטאַנד, און זי זיינען געווען עפּעס אַזױנס וי צופרידן. אויב דער עלטסטער זון, איטשע מאיר, שניידט זיך אויף אַ ר' יואל וועגמייסטער, עלעהיי זאָל זיך דער יינגערער זון, אהרן, שניידן אויף אַ ר' זיסקינד ביאַלער, דאָס משפּחה" אָנזען װעט אפשר דערפון גאָר װאַקסן אין פּרעסטיזש. די ביאַלערס האָבן אָנגעהויבן צו גלויבן, אַז נישט געקוקט אויף לאָטען, האָט דער גאַנג פון דער וועלט נאָך נישט די העזה אינגאַנצן אַרױסצוגײן פון די שינעס בעת עס האַנדלט זיך וועגן ר' טוביה ביאַלער און זיין ווייב באַשע.

קאַפּיט? ניינצן

װער קאָן ויסן די וועגן פון דער ליבשאַפט? די הערצער ציטערן אויף ווען עס באַגעגענען זיך די בליקן. אויב נישט זו, ראָמעאָ, איז איינציק און אַלײן דאָס קבר מיין חופּה בעט. אהרן איז נישט קיין ראָמעאָ. לאָטע בליט אויף אין דער פרעמדער ליבשאַפּט. דאָס פּאָרל גיט זיך תקיעת-כף און דורך די אָפּענע פענצטער הערט מען װי עס זינגען די פייגל,

ווער קאָן וויסן די וועגן פון דער ליבשאַפט ? זי איז וי אַ בלום װאָס עפנט זיך אומעטום וואו עס דערגרייכט זי דער שטראַל פון דער זון און זי פרעגט ביי קיינעם נישט ליין באַשײד, זי עפנט זיך אויף די פּליינען פון אַלע באַדינגונגען און יעדעס האַרץ איז נישט אויסגעהיט פון איר כישוף, זי קאָן אָנקלאַפּן ביי יעדער טיר. צו װעמען זי שמיכלט מיט דעם ציטער פון איר מאָרגן-רויט, דעמס האַרץ ציטערט איר אַנטקעגן וי אומבאַקאַנטע דערװאַרטונג,

ווען רחלע פלעגט אַרויפקומען צו איר חברטע לאָטע האָט זי אָפט געזען דאָס חסידישש בחורל אחרן, לאָטעס ברודער, דאָס בחורל מיט די לאַנגע פּיאות און מיטן יונגן חסידישן ברען. חסידישע בחורים רעדן נישט מיט פרעמדע מיידלעך און דאָס נעמלעכע חסידישע מיידלעך מיט פרעמדע בחורים. נאָר רחלעס און אהרנס בליקן האָבן זיך געטראָפן טראָץ אַלע פאָראורטיילן און מחיצות. וועמענס האַרץ האָט צום ערשטן אויפ- געציטערט ווען די בליקן האָבן זיך געטראָפן ? פרעג ביי די ווינטן אויפן ים. רחלע האָט נישט געוואוסט פון קיין טונקעלע געפילן, פּונקט װי ביי איר פאָטער יאָסל ואָידיסלאַװוסקי איז יעדעס געפיל באַלד איר געקומען צום באַוואוסטזיין. און געקומען מיט דער גאַנצער שאַרפקייט פון אַן אינערלעך געבאָט. אין רחלען האָט זיך די ליבשאַפט מן-הסתם מיטאַמאָל איינגעשניטן האַסטיק וי אַ שאַליקע בשורה און האָט באַלד פאַרנומען אירע געדאַנקען און איר טראַכטן. זי האָט צו זיך געזאָגט װוי שעקספּירס יוליאַ. יוליאַ האָט ביים ערשטן געפיל פון ליבע געזאָגט: ;אויב נישט דו ראָמעאָ, דאַן איז איײינציק און אַלין דאָס קבר מיין חופּה-בעט".

159

160 ו. ו. טרונק

אהרן איז אָבער ווייט נישט געווען קיין ראָמעאָ. ער איז געווען אַ חסידישער בחור מיט פּיאות, איינגעטונקט אין פאָראורטיילן פון פרומ- קייט, פון משפּחה-מיליע, און ער האָט אין זיך געהאַט אַלע שװאַכקײטן פון די ביאַלערס, דעם פּחד פאַר יעדן האַסטיקן זשעסט און פאַר יעדן אַװעקרוקן זיך* פון אָנגענומענע מענטשלעכע מיינונגען. דאָס טיפע געפיל פון ליבע האָט אין דעם האַרצן פון דעם אָפּגעשראָקענעם חסידישן בחור נישט גערעדט אַזױ שאַרף און אַזױ מאָנעריש וי אין האַרצן פון רחלע ואָידיסלאַוסקי. ביי רחלען איז די ליבע באַלד געװאָרן אַ גליק" זעליקייט װאָס האָט זי פול און פול געמאַכט. פאַר אהרנען האָט זי גאָר פּאַמעלעך, פּאַמעלעך געוויזן אירע ליכטיקייטן. זי האָט זיך אים געוויזן אַ פאַרהילטע אין טויזנט שלייערן זי האָט גיכער געװאַרעמט זיינע טונקלסטע אַנונגען. -וען די ליבשאַפט האָט געפּדואװט העכער אויפצוהויבן די שטים פון איר רוף, האָט זי צוזאַמען מיט זיינע געפילן אויך אַרױס- גערופן די שװאַכקײטן פון זיין כאַראַקטער, אוֹן אין אים געװעקט דעם פרומען און דעם משפּחה-פּחד פון די ביאַלערס פאַר די זיסקייטן פון דעם פרייען יוגנטלעכן געפיל,

מיט דער סענסיטיווקייט פון אַ נײיראָטיקער האָט לאָטע באַלד דער" פילט װאָס עס טוט זיך אין די הערצער פון איר חברטע און איר ברודער, אויף וויפל אין לאָטען אַליין האָט די ליבע זיך אַנטפּלעקט וי אַן אומ- היימלעך און מוראדיק געשפּענסט, װאָס האָט אויפגעעעפנט אַלע אירע פּסיכישע וואונדן, קאָמפּלעקסטן און מינדערװערטיקייטס-געפילן, האָט אויסגעקוקט וי דער שאָטן פון איר אינערלעכסטן פיינט, און האָט נאָך טונקעלער געמאַכט די לאַבירינטן פון איר נשמה -- אַזױ האָט זי, לאָטע, ממש אויפגעציטערט ביי דעם גליקזעליקן געפיל אַז זי קאָן זיך אידענ- טיפיצירן מיט דער ליבשאַפט אינעם געמיט פון אַנדערע פּערזאָנען און צו זען װוי איר אַליין ווערט ליכטיק אין דער נשמה-זוניקייט פון אַנדערע.

רחלע איז נישט געווען די פּערזאָן פאַר װעלכער אירע אייגענע געפילן -- מעגן זיי זיין די אינטימסטע און די באַהאַלטנסטע -- זאָלן זיך נישט באַלד אַרײינשנײידן אין איר טראַכטן מיט דער שאַרפסטער קלאָר- קייט און זי זאָל זיך װועלן מיט זיי אויסהיטן. ביי דעם ערשטן גאָר פאָר- זיכטיקן פּרואוו װאָס לאָטע האָט געטאָן כדי צו באַרירן ביי איר חברטע דעם פּונקט צו וועלכן לאָטע האָט זיך באַצױגן מיט אַזאַ זיסער גלוסטי"

פיל 1 קייט, האָט רחלע באַלד שאַרף און אָפן אַנטפּלעקט איר ליבשאַפט. און אַנטפּלעקט מיט אַזאַ באַשטימטקײט, אַז ביי לאָטען האָט זיך אַזש דאָס האַרץ אָפּגעשטעלט פון גליקלעכער איבערראַשונג. זי איז אַרױפגעפאַלן אויף דער חברטע און זי געקושט. געקושט מיט פאַרמאַכטע אויגן. לאָטע האָט זייער זעלטן עמעצן געקושט. זי האָט דאָ געקושט די ליבשאַפט. אָבער דער וועג צום האַרץ פון אהרנען איר לייבלעכן ברודער איז פאַר לאָטען געווען גאָר אַ שווערער. אינעם האַרצן פונעם חסידישן באַפּיאותטן בחור איז די ליבשאַפּט געלעגן אין טיפסטער פאַרהוילנקייט. אפשר האָט ער מיט רחלען נאָך קיינמאָל נישט געהאַט גערעדט, און ער האָט נאָך אַלײן נישט געהאַט קלאָר באַנומען דעם רוף פון בלוט אינמיטן זיינע פרומקייטן, אָפּגעשראָקנקײטן און פּאָראורטיילן. לאָטע האָט אָבער געוואוסט פּאַמע- לעכל, פּאַמעלעכל אויפצועפענען די בלום פון דער ליבע װאָס איז געווען פאַרשלאָסן אין די טונקלקייטן, זי האָט זיך צוגערירט צו איר מיט זעלטע- נער צאַרטקײט, זי האָט געוואוסט וי פּאַמעלעך אויפצובלאָזן דעם פּלאַם, און אויך אהרן האָט טיף אַראָפּגעלאָזן די אויגן. שעמעוודיק און אָפּגלָי שראָקן האָט ער אין האַלבע װוערטער לאָטען, זיין שוועסטער, דערציילט . פון זיין געפיל,

ביי די ביאַלערס אין שטוב איז פאַר לאָטען אוממעגלעך געוען די צוויי ליבנדיקע צו דערנענטערן אויף אַ שריט. בלויז די בליקן האָבן זיך געטראָפן אין שטילסטער צערטלעכקייט. נאָר ווען רחלעס בליקן זיינען געװאָרן אַ מאָל װאַרעמער און אָפּענער, זיינען די בליקן פון דעם חסידישן בחור געװאָרן װאָס אַ מאָל באַהאַלטענער און וייטיקלעכער. װאָס מער ער האָט דערקענט זיינע געפילן אַלץ װייניקער האָט ער געהאַט דעם מוט ‏ זיי צו דערטראָגן, דאָס חסידישע מיליע, און איבערהויפּט די שטאַנד" לאַסט פון זיין משפּחה האָט אויף אים געדריקט און אים אָנגעפילט מיט שװאַכקײט און כאַראַקטערלאָזיקײט. ווען ער האָט געזען רחלען האָט ער נאָך טיפער אַראָפּגעלאָזט די אויגן, רויט געװאָרן פון שעמעוודיקייט, און דאָס האַרץ האָט אים געקלאַפּט מיט שרעקעוודיקער אומרואיקייט,

לאָטען אָבער האָט די דאָזיקע ליבשאַפט פול געמאַכט מיט אומגע" דולד און גליקזעליקייט. זי האָט נישט אויפגעהערט דערפון צו טראַכטן, זי האָט כסדר דערפון גערעדט מיט רחלען און זי געמונטערט. אויך בי

102 ו, ו, טרונק יעדער געלעגנהייט האָט זי געזוכט צו זיין אַלײין. מיט איר ברודער אַהרן און מיט אים צו רעדן פון רחלען און אויפצופלאַקערן זיין געמיט,

ס'זיינען געקומען די זומער-חדשים. טוביה ביאַלער מיט זיין ווייב באַשע זיינען אַװעלגעפאָרן קיין אױיסלאַנד אין די װאַרעם-בעדער. דער שווערער שטאַנד-רעזשים אין הויז האָט אַ ביסל נאָכגעלאָזט. דאָ האָט לאָטע איין מאָל פאַר אַלע מאָל געװאָלט צוזאַמענברענגען די הערצער. רחלע און אהרן האָבן זיך אָפּטער געזען -- הגם בלויז פון דערווייטנס. זיי האָבן קוים און זעלטן אויסגערעדט צוישן זיך אַ װאָרט. אַהרן איז באַלד רויט געװאָרן פון שעמעוודיקייט און אַראָפּגעלאָזט די אויגן. אָבער אײינמאָל אין אַ װאַרעמען זומער-טאָג איז עס לאָטען דאָך געגראָטן זי צוזאַמענצוברענגען אין איין שטוב. לאָטע איז געװען די דריטע. אין טוביה ביאַלערס דירה איז געווען שטיל, לאָטע האָט זייער צאַרט און דיסקרעט אָנגעהויבן צו רעדן פון דער ליבשאַפט צווישן איר חברטע און איר ברודער. זי האָט געוואוסט אַהרנען פּאַמעלעכל, פּאַמעלעכל אַראָפּצו-" נעמען די מורא פונעם האַרצן. |

רחלע האָט געקוקט מיט אָפענע אויגן, פול מיט אַנטשלאָסענער פרייד, אויך אָהרן האָט אויפגעהויבן די אויגן און אָנגעקוקט רחלען.

אַזױ װי טוביה ביאַלערס דירה איז נישט געווען ווייט פון אַ לאָדזשער שטאָט-גאָרטן, האָט מען דורך די אָפענע פענצטער געהערט וי עס זינגען די פייגל,

אַהרן מיט רחלען האָבן זיך געגעבן תקיעת-כף אַז קיינער װועט זי מער נישט פאַנאַנדערשײדן און זיי װעלן חתונה האָבן און זיין צוזאַמען אויף אײביק,

לאָטע האָט אָנגעהויבן צו וויינען פון גרויסער פרייד און געקושט רחלען, אַהרן איז אַ שעמעװודיקער אַרױס פון שטוב. רחלע, וי יאָסל װאָידיסלאַווסקיס טאָכטער, װאָט באַהאַלטן דעם תקיעת:כף אין איר האַרצן װי מען באַהאַלט אַ װיכטיקן דאָקומענט אין אַן אייזערנער קאַסע.

דער תקיעת-כף פון דער ליבע איז געבליבן אין טיפסטן בסוד. בלויז איר שװאָגער הערשל רובינען האָט רחלע דערציילט פון דעם טייערן אוצר װאָס זי טראָגט אין איר נשמה,

קאַפּיט? צװאַנציק

די צייט לויפט װי אַ פאָדעם אויף אַ שפּינראָד, בייזע חלומות. פּוילן פליט אַוועק אין דער לופטן. טביה פאַרנעמט זיך צו זאָגן ?המפיל" און באַשע זאָגט אים די פינצטערע בשורה. וי דו הערסט.

די צייט לויפט וי אַ פאָדעם אויף אַ שפּינראָד, שדכנים זיינען געקומען סיי צו יאָסל װאָיזיסלאַװסקי, סיי צו טוביה ביאַלער מיט שידוכים פאַר אַהרנען און פאַר רהלען. | אויפנעמען ביי זיך שדכנים, פאָרן אויף ;באַשויאונגען" און צו טאָן שידוכים איז געווען דער גרעסטער און חשובסטער מאָמענט ביי די ביאַ- לערס, מען האָט דעמאָלט טיף געפילט די פאַראַנטװאָרלעכקײט ועמען ווייטער איבערצוגעבן דעם גאָלדענעם פאָדעם פון די ביאַלערס און די וועגמייסטערס. דאָ מוז מען דער עיקר קוקן אַז קיין שטויבעלע זאָל נישט פאַלן און פּוילן זאָל זיך נישט טאָן דעם מינדסטן קרים און זאָגן אַז טוביה ביאַלער האָט זיך אַ רוק געטאָן אַרױס פון אָנגענומענעם דרך. ביים ערשטן שידוך װאָס האָט חשובער אָפּגעקלונגען אין די אויערן פון טוביה ביאַלער און זיין ווייב באַשע, און עס האָט געהייסן אַן אָט פאָרט באַשע אויף ,;באַשויאונג? און זי פּרואווערס דאַרפן קומען צו טוביה ביאַלערן אין הויז כדי צו פּרואוון אַהרנען, האָט באַשע באַמערקט וי אַהרן ווערט בלאַס, באַקומט טרערן אין די אויגן וי ער װאָלט זיך פאַרנומען צו וויינעף באַשע האָט עס אויסגעלייגט אַז עס איז פּשוטער קאָפּיװײיטיק, און אפשר שעמט זיך גאָר אַהרן ווען ער הערט פון אַ כלה. באַשע האָט געוואוסט אַז אַזא שעמעוודיקייט געהער צום דוך פון פרומע חסידישע בחורים. עס איז פאַר איר אַפילו געווען צו פיל, אָבער זי האָט דערין נישט געזען קיין בייז. פאַרקערט: די פּרואווערס װעט עס גאָר געפעלן וערן, און איר נאָמען װעט נאָך שענער קלינגען איבער פּוילן, אַחרנען האָט נישט נאָר ויי געטאָן די געקרענקטע ליבשאַפט צו

105

166 ו. ו. טרונק

רחלען. אויף זיין האַנט האָט געברענט דער תקיעת-כף, ער האָט געוואוסט װאָסערע אומהיימלעכע יענע-וועלטישע התחייבותן אַ מענטשלעכע האַנט האָט אויף זיך גענומען וען זי האָט געגעבן תקיעת-כף. ער האָט עס געוואוסט פון די חסידישע ספרים און פון אַלערלײ פרומע מעשיות. ווען אין האַרצן ביי אים האָט איצטער נאָך טיפער אָנגעהויבן צו שרייען די ליבשאַפט צו רחלען, האָט זיך די האַנט טײלמאָל פאַרואַנדלט אין אַ פרעמדאַרטיק לעבעדיק געשפּענצט. די האַנט האָט ביי אים געמאָנט און אים פינצטער און אומהיימלעך געסטראַשעט. געסטראַשעט מיט כף-הקל. אַהרן איז נישט געווען דער מענטש װאָס זאָל קאָנען ביישטיין גרויסע קאַמפן און טראַגעדיעס. ער איז בלאַסער געװאָרן פון טאָג צו טאָג. די שדכנים האָבן אָנגעהויבן צו קומען אָפּטער און האָפערדיקער. ביי די ביאַלערס האָט מען זיך אָנגעהױבן גרייטן. אַהרן האָט צום סוף אינגאַנצן פאַרלוירן דעם אַפּעטיט און װײיניק געגעסן. פאַר באַשען איז אַזאַ שטאַרקע שעמעוודיקייט פון אַ חסי- דישן בחור צו אַ שידוך שוין געווען צו פיל. סוף-כל-סוף לעבן מיר אין אַנדערע צייטן. אַפילו אירע זיידעס האָבן זיך נישט אַזױ געשעמט וען זי האָבן געהערט וועגן אַ כלה,

לאָטע האָט איר, דער מוטער באַשע, ענדלעך דערציילט וועגן װאָס עס גייט, פאַרװאָס אַחרן איז אַזױ אומעטיק, און אַז ער, מיט איר חברטע רחלע, זיינען אייגנטלעך חתן-כלה, באַשע האָט לכתחילה נישט געװאָלט גלייבן אירע אייגענע אויערן. װאָס הייסט יאָסל װאָידיסלאַװוסקיס טאָכטער און איר לייבלעכער זון זאָלן קאָנען אָפּטאָן אַזאַ מעשה, און פּוילן פליט נישט אַװעק אין די לופטן? באַשע האָט געקוקט אויף לאָטען מיט אויפ- געריסענע אויגן. איר האָט פאַרפעלט אָטעם, ווען לאָטע האָט אָבער נאָכ- אַמאָל באַשטעטיקט אירע ווערטער, האָט באַשע זיך אָנגעכאַפּט פאַרן שייטל און איז אַרײין אין אַ ווילדן כעס. קודם-כל האָט זי געזאָגט לאָטען אַז רחלעס פוס זאָל זיך נישט דערוועגן צו באַװוייזן ביי איר, באַשען, אין דירה. זי, באַשע, װעט שוין וויסן װאָס צו טאָן כדי נישט צו לאָזן מאַכן די ביאַלערס און די וועגמייסטערס צו שאַנד און צו שפּאָט און אַז אַלע פייגל זאָלן עס דערציילן אויף די דעכער איבער גאַנץ פּױלן

באַשע האָט נישט געוואוסט וי אַזױ מען דערציילט די דאָזיקע אומ- גליקלעכע מעשה איר מאַן טוביה. טוביה איז אַ שוואַכער מענטש. אָט איז ער אָקערשט געקומען פון די װאַרעם-בעדער. טוביה איז אָבער פאָרט אַ

פּוילן | 167

טאַטע, ר' זיסקינד ביאַלערס זון און ר' יואל וועגמייסטערס איידעם. און ער מוז עס וויסן. אַ גאַנצן טאָג האָט באַשע פינצטער געשויגן, זי האָט זיך נישט געקאָנט אָננעמען מיט האַרץ און עס צו דערציילן איר מאַן.

שפּעט אויף דער נאַכט. אַלע ביי די ביאַלערס האָבן זיך געלייגט שלאָפן, באַשע איז געלעגן אין איר ברייט גביריש בעט צװישן די טייערע ווייס-בלאַנקנדיקע קישנס. זי איז געלעגן אין אַ טייערע שפּיצענע שלאָף- קופּקע. אין צווייטן בעט אַקעגנאיבער איר איז געלעגן טוביה אין אַ סאַמע- טענע יאַרמלקע. ער האָט זיך פאַרנומען צו זאָגן ?;המפּיל*, דאָ ערשט איז באַשע אַרױס מיט לשון. אין דער פינצטערער שטילקייט פונעם שלאָף- חדר האָט זי טוביהן מודיע געווען דאָס ביטערע געשעעניש.

טוביה ביאַלער איז שיעור נישט אַרױסגעפאַלן פון בעט גלייך וי איבער פּױילן װאָלט אַדורכגעגאַנגען אַן ערד-ציטערניש, ער האָט לכתחילה גאָר נישט גוט געהאַט באַנומען װאָס באַשע דערציילט אים,

װאָס הייסט? האָט טוביה ביאַלער געפרעגט אַ דערציטערטער. ער האָט אַליין געפילט װי אין דער פינצטערניש פון שלאָף-חדר איז ער געװאָרן ווייס װוי קאַלעך.

--- װי דו הערסט, האָט באַשע געזאָגט אין צווייטן בעט. גיי ווייס אַז יאָסל װאָידיסלאַװוסקיס טאָכטער איז אַזאַ פייגעלע. ביי װאַרשעװער חסי- דישע גבירים װאָלט עס גאָרנישט מיגלעך געווען. אַלץ דאָס אויפגעקומענע לאָדזש.

--- און װאָס וועלן מענטשן זאָגן ? האָט טוביה געקרעכצט.

---איך פרעג דיך טאַקע װאָס װעלן מענטשן זאָגן?

דאָס פּאָר-פאָלק איז געלעגן אין די בעטן גלייך וי זיי װאָלטן זיך געפונען אויף אַ זינקענדיקער שיף און אין דרויסן די וועלט שטעקט אויף זיי אַרױס אַ גרויסע צונג. טוביה ביאַלער האָט אַ גאַנצע נאַכט ביטער געקרעכצט אין די קישנס אַרין און נישט געקאָנט צוטאָן קיין אויג. ווען ס'האָט געגרויט דער באַגינען איז באַשע אַראָפּגעגאַנגען פון בעט און געגעבן טוביהן די פּילן, װאָס אַ באַרימטער בערלינער פּראָפּעסאָר האָט אים פאַרשריבן, כדי אים צו שטאַרקן דאָס האַרץ.

קאַפּיטל איין און צװואַנציק

רחלע כאַפט פעטש. תקיעת-כף איז אַ הייליקע יידישע זאַך. װאָס וועלן מענטשן זאָגן, רב יאָסל? באַשע פאַר- לויפט די פיש פאַר דער נעץ. קפריסין אהרן זעט אין שלאָף רחלעס געשטאַלט. אַ דין וװואָס איז האַרבער וי די גאַנצע תורה. ענדע גוט אַלצדינג גום.

אויך צו יאָסל װאָידיסלאַוװוסקין האָבן די גרעסטע לאַנדישדכנים פון פּױלן געברענגט די שענסטע שידוכים. ווען עס האָט שוין געהאַלטן גאָר נאָענט און יאָסל האָט זיך געגרייט צו שיקן פּרואווערס, האָט רחלע מיט- אַמאָל שאַרף געזאָגט אַז פון די אַלע שידוכים װעט גאָרנישט װוערן. זי האָט שוין אַ חתן.

-- וועלכעס מיידל ביי יידן נעמט זיך אַלין אַ חתן ? האָט יאָסל וואָי- דיסלאַווסקי געפרעגט אַ שטרענגער און אַ פינצטערער,

רחלע האָט אים דערציילט די פולע געשעעניש,

יאָסל װאָידיסלאַווסקי האָט זי אָנגעקוקט, האָט אויפגעהויבן די האַנט און איר אַראָפּגעלאָוט צוויי הילכיקע פּעטש,

רחלע האָט נישט קיין פּינטל געטאָן מיטן אויג, רק מיט פאַרביסענער אַנטשלאָסנקײט געקוקט יאָסל װאָידיסלאַװסקין אין די אויגן אַרײן,

-- איר האָט זיך געגעבן תקיעת-כף? האָט יאָסל װאָידיסלאַװסקי געפרעגט און געקוקט אויף דער טאָכטער,

-- דעם הײליקסטן תקיעת-כף, האָט רחלע געענטפערט.

| יאָסל װאָידיסלאַװסקי האָט געשוויגן, ער האָט גענומען דעם פּאַלטן

און אַרױפגעגאַנגען צו טוביה ביאַלער,

ווען טוביה ביאַלער האָט געזען יאָסל װאָיריסלאַװסקין ביי דער טיר איז ער בלאַס געװאָרן. ער האָט מורא געהאַט אַז יאָסל איז געקומען אים מאַכן דעם גרויסן סקאַנדאַל. טוביה האָט נישט ליב געהאַט קיין סקאַנדאַלן, ער האָט יאָסלען אַריינגעבעטו אין סאַליע. באַלד איז אין דער סאַליץ אַרײינגעקומען באַשע,

11

172 ו, ו, טרונק

יאָסל האָט זיך אַנידערגעזעצט ביים טיש. ער האָט זיך צומאָל נישט באַװיזן אױיסצוטאָן דעם פּאַלטן, ער איז באַלד אַרויס מיט אָפּענע דיבורים און אָנגעשלאָגן טוביהן נישט צו מאַכן קיין לאַנגע מחזקות און צו שרייבן אָפיציעלע תנאים צװישן אַהרנען און רחלען. ס'איז דאָ אַ תקיעת-כף, און אַ תקיעת-כף איז אַ הייליקע און שטרענגע יידישע זאַך. מיר זיינען אַפילו נישט געוואוינט צו אַזאַ אופן פון זיך משדך צו זיין. נאָר פאַרפאַלן תקיעת-כף, האָט יאָסל פינצטער צוגעגעבן

טוביה ביאַלער האָט זיך געדרייט אויפן בענקל. ער האָט געפילט וי עס האַקן אים די שלייפן. ער האָט זיך אָנגעכאָפּט פאַרן האַרץ, און קוים אַרױיסגערעדט:

-- װאָס וועלן מענטשן זאָגן, רב יאָסל? |

יאָסל װאָידיסלאַװסקי איז געװאָרן נאָך פינצטערער:

-- מענטשן אַהין, מענטשן אַהער. אַ תקיעת-כף מוז ווערן געהיטן

דאָ איז ר' טוביהס ווייב כאַשע אַרױס מיטן לשון :

-- זינט די וועלט שטייט האָט מען נאָך נישט געהערט, אַז אין שיינע חסידישע משפּחות זאָלן זיין ליבעס װוי ביי דינסט-מיידן, האָט זי געזאָגט אַ פאַרביטערטע. זייט מיר מוחל, רב יאָסל, איך קאָן נישט דערלאָזן אַז די וועגמייסטערס און די ביאַלערס זאָלן ווערן איינגעריסט מיט סאַדזשע און זיין ביי אַלעמען אין די מיילער. יי

יאָסל װאָידיסלאַװוסקי איז אַ שטרענגער אויפגעשטאַנען פון טיש און אַװעקגעגאַנגען. |

ביי די ביאַלערס האָט מען זיך דערווייל צוגעאיילט צו טאָן מיט אַהרנען אַן אַנדערן שידוך, מען האָט געװאָלט כאַפּן די פיש פאַר די נעץ. איידער די חרפּה װעט אַרויסקומען אין גאַס אַריין װעט מען דערוייל האָבן אין האַנט אַ קעגר-פאַקט מיט וועלכן מען װעט קענען פאַרמאַכן אַלע בייזע מיילער, און דער אָנזען פון דער משפּחה װעט װערן געראַ- טעוועט. גראָד האָבן שדכנים געברענגט צוטראָגן אַ שידוך מיט ר' משה- אַהרן ווינערס אַן אייניקל, איינע פון די יתומות פון דער געשטאָרבענער טאָכטער. באַשע האָט געזען באַשײימפּערלעך אַז אַפילו דער רבונודשל-עולם אין הימל האָט אַװעקגעלײגט אַלע זיינע געשעפטן און קלערט נאָר װי אַזױי די משפּחה ביאַלער זאָל קאָנען פאַרבלייבן אין די חשובע אַלטע פעדערן. דער שידוך איז טאַקע געווען פון דעם אמתן קפריסין. אַ מיליאָ-

פּוילן 15 נערסקע יתומה מיט אַ גרויסן נדן און מיט גרויסע אויסזיכטן אויף איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר ווען ר' משה אַהרן װעט בשיבה טובה אַוועק- גיין צו זיינע עלטעױן. פון איר פאָטערס צד שטאַמט די כלה פון די װאַר- שעווער מענדלזאָנס. ר' אַברהמלע מענדלזאָנס אַ לייבלעך אייניקל, דאָס איז אויך אַ שטאַרק-זיסע ראָזשינקע. אַחוץ דעם איז די כלה דווקא גאָר אַ שיין מיידל. באַשע איז געווען אַ מבינטע אויף שיינע מיידלעך, און זי האָט געטראַכט, אַז ווען מען װעט אַהרנען געבן אַ שיינע כלה װועט מען אים שוין װי עס איז היילן דאָס צעבראָכענע װאַרץ,

באַשע איז געווען זייער אַן ענערגישע פרוי און זי האָט נישט געמאַכט קיין לאַנגע מחזקות. אַהרן איז געװאָרן אַ חתן פאַר ר' משה אהרן ווינערס אייניקל. מען האָט געפּראַװעט גרויסע גבירישע תנאים. אַהרן דער חתן, איז געזעסן אַ בלאַסער און אַן אומעטיקער, נאָר װער האָט דערויף געקוקט. אין די שפּעטערע נעכט האָט אַהרן לאַנג געוויינט אין די קישנס. ווען ער איז איינגעשלאָפן האָט ער געזען פאַר די אויגן רחלעס געשטאַלט. זי איז געשטאַנען פאַר אים אַ שטרענגע און אַן ערנסטע און געהאַלטן איבער זיין קאָפּ זיין אייגענע, אַהרנס, האַנט אויף וועלכער ס'איז מיט גרויסע געכתיבהטע אותיות געשטאַנען אָנגעשריבן קתקיעת-כף",

ווען ס'איז דערגאַנגען אין יאָסל װאָידיסלאַוװוסקיס הויז אַז אַהרן איז געװאָרן אַ חתן, האָט יאָסל געזאָגט צו זיין איידעם הערשל רובין אַז ער וויל זען אַהרנען און אים עפּעס פרעגן. הערשל רובין האָט אויפגעזוכט אַהרנען אין חסידים-שטיבל אין אים בסוד אַרויפגעברענגט צום שווער,

אַהרן איז געווען בלאַס וי דער טויט און נישט געקאָנט אויפהויבן די אויגן,

יאָסל װאָידיסלאַווסקי האָט אים פינצטער אָנגעקוקט און געזאָגט:

-- אַ ייד מוז האַלטן תקיעת-כף,

אַהרן האָט אָנגעהויבן צו וויינען.

יאָסל איז געװאָרן נאָך פינצטערער,

--טרערן זיינען געמאַכט געװאָרן פאַר נאַרישע ווייבער, האָט ער געזאָגט שטרענג און ביטער, און אַז מען האַלט נישט קיין װאָרט פּועלן זיי נישט אַפילו אין הײיליקן יום-כיפּור. װאָס הייסט, אַ ייד האָט מורא פאַר

14 ו, ו, טרונק

טאַטע-מאַמע ווען עס האַנדלט זיך וועגן אַ דין װאָס איז האַרבער וי די גאַנצע תורה ? גי אַהיים, זיי נישט קיין יינגל און טראַכט זיך איבער.

און ער האָט אַהרנען אָפּגעזעגנט ביי דער טיר,

יאָסל װאָידיסלאַװוסקי האָט רחלען דערציילט זיין געשפּרעך מיט אַהרנען. רחלע האָט געשוויגן. זי האָט בלויז צום סוף געזאָגט :

--- איך בין אַהרנס כלה. איך װעל אויף אים װאַרטן,

צווישן די ביאַלערס און די ווינערס האָט מען זיך דערווייל אויסגע- טוישט מיט חתן- און כלה-מתנות. אַהרנס נייע כלה, פּעלאַ, ר' משה-אַהרן ווינערס אייניקל, האָט געהאַט זיסע חלומות וועגן איר חתן, איר איז אַהרן זייער געפעלן געװאָרן. אפשר האָט זי אינסטינקטיוו דערפילט --- ביי פרויען איז דער אינסטינקט זייער אַנטװיקלט -- אַז אַהרן איז אַ פאַרבאָטענע פרוכט און דאָס האָט נאָך מער פאַר איר געשטאַרק זיינע רייצן. אַהרנס חלומות זיינען אָבער געווען טריבע און אומעטיקע און אָפּשרעקנדיקע.

ווען יאָסל װואָידיסלאַװוסקי האָט געזען אַז דער שידוך צווישן אַהרנען מיט די ווינערס פעדעמט זיד איין װאָס שטאַרקער, באַשע האָט שין |פאַרבעטן צו זיך די כלה פּעלאַ'ן אויף וועטשערע און זי האָט געמאַכט דאָס מאָלצייט מיט גרויס גבירישער פּאָמפּע, אַז לאָדזש און פּוילן זאָלן קלינגען, און אַהרנען פעלט מוט צו קעמפן פאַר זיין װאָרט און פאַר זיין ליבשאַפט, האָט ער, יאָסל, זיך מיישם געווען און אַװעקגעפאָרן קיין גער צום רבין,

יאָסל װואָידיסלאַװוסקי איז געווען פון די גרויסע חשובים אין גער. קודם דערפאַר װאָס ער איז געווען פון די רייכסטע גערער חסידים. אַחוץ דעם האָט ער מיטן גערער דבין יונגערהייט געהאַט געלערנט ביי איין מלמד און זיי האָבן זיך גערעכנט וי פּערזענלעכע גוטע פריינד. יאָסל האָט דעם רבין אַלצדינק דערציילט פּאָדראָבנע און אים אָנגעװיזן אויף דער האַרבקײיט פון אַ תקיעת-כף.

דער רבִי האָט געשיקט נאָך ר' משה אהרן ווינער און טוביה ביאַלערן. ווען זיי זיינען געקומען קיין גער האָט דער רבי זיי באַפױלן למען-השם אָפּצולאָזן דעם שידוך. טוביהן האָט ער געהייסן זיך משדך זיין מיט יאָסל װאָידיסלאַװוסקי,

לאָדזש און פּוילן האָבן באַלד געקלונגען װי מיט שאַליקע גלאָקן טוביה און באַשע האָבן געמיינט, אַז זייערע משפּחות װערן פאַרזונקען

פּוולן 175

אין אַן אָפּגרונט פון חרפּה און זיי הערן-אויף צו שפּילן די אַלטע חשובע ראָלע. נאָר פאַרפאַלן, מענטשן קאָן מען ניט פאַרמאַכן די מיילער, קעגן גערער רבינס געבאָט קאָן מען אויך גאָרנישט מאַכן, פּעלע, אַהרנס צווייטע כלה, האָט געוויינט מחמת איצט איז איר אַהרן ערשט פונדאָסניי געפעלן געװאָרן,. צווישן די משפּחות ווינער און װאָידיסלאַװוסקי איז געװאָרן אַ לאַנגער ברוגז װאָס האָט זיך געצויגן אויף יאָרן. אַהרן און רחלע האָבן חתונה געהאַט, זיי זיינען שפּעטער געווען דאָס גליקלעכסטע פּאָר-פאָלק וועלכעס איך האָב ווען עס איז געזען.

קאַפּיטל צוויי און צװאַנציק

לאָדזש אַ שטאָט פון קינסטלער און פּאַנטאַסטן ווירקלעכקייט און פאַנטאַזיע פּאָרן צוזאַמען אויף אַ קאַ- רוזעלע. גרויסע פלענער. אין לאָדזש פעלן נישט קיין קאָלאָמבוסעס. איטשל ברוינער און לוי זונטיק. אויף די לאָדזשער גאַסן ביינאַכט. עס וועט קומען דער גוואַלטי- קער מעצענאַט. לוי זונטיק און די וועלט-מוזיקער. די לבנה שפּאַצירט אויף די דעכער פון לאָדזש.

אין װאַרשע אַרום פּרצן האָט זיך געבויט דער יידישער קולטור- רענעסאַנס. ס'איז געווען דאָס אומשטערבלעכע פאַרדינסט פון פּרצן װאָס די יידישע ליטעראַטור האָט באַקומען די ליניעס פון איר היסטאָרישן וועג, און דערמיט ערשט איז זי געװאָרן דאָס נאַציאָנאַלע און אידעאישע זעלבסט-דערקענטעניש פון יידישער וועלט-עקזיסטענץ,

לאָדזש איז אויך נישט אָפּגעשטאַנען אין איר פּיאָנערישער קולטור- אַרבעט פון יידישן רענעסאַנס. לאָדזש האָט נישט געהאַט קיין פּרץ און קיין אױיסגעשפּראָכענעם באַוואוסטזיניקן אויסבליק פאַר איר קולטור- טאַט. לאָדזש --- פּונקט װי אין אירע אַלע מעשים --- האָט נישט געהאַט די טראַדיציע און די מיושבדיקע געלאַסנקײט פון װאַרשע. לאָדזש האָט כסדר געלעבט אין אימפּעט און אין הינערפּלעט. לאָדזש האָט כסדר געפיבערט אין אַ הויכער טעמפּעראַטור און זיך אַליין געװאָלט קריכן איבערן קאָפּ, לאָדזש האָט כסדר מיט זיך געװאָלט מאַכן האַלדזברעכערישע עקספּערימענטן. הגם לאָדזש האָט כמעט נישט געהאַט קיין בוים אויף אירע גאַסן, אירע הימלען זיינען געווען פאַרקאָפּטשעט מיט רויך און שמוץ, אירע הייזער זיינען געווען גראָע און אָפּגעריסענע און עס האָט אויסגעקוקט אַז לאָדזש פליט און מאַכט קאָזשעלקעס איבער אַלע מ"ט טויערן פון דער פּראָזאַאישסטער ווירקלעכקייט --- פונדעסטוועגן אין תוך אירן איז לאָדזש געװוען אַ שטאָט פון סאַמע קינסטלער און פאַנטאַסטןף אפשר װאָלטן לאָדזשער שריפטשטעלער, דיכטער, מאַלער און מוזיקער אַ סך מער דערגרייכט, ווען זיי װאָלטן נישט געלעבט אין אַ שטאָט וואו ווירקלעכקייט און פאַנטאַזיע זיינען געפאָרן צוזאַמען אויף איין פאַריאַכ"

19

180 ו. י,. טרונק מערטע קאַרוזעלע, -- וואו די ווירקלעכקייט װאָלט געווען װייניקער אילו- זיע װי זי איז געווען אין לאָדזש. די קונסט וויל זיך מיט איר אילואָ- רישקייט מיט קיינעם נישט טיילן. זי אַליין וויל זיין די אביקע אילוזיע און די ווירקלעכקייט זאָל זיין איר קעגנשפּילער, ווירקלעכקייט, נישט אַז די ווירקלעכקייט זאָל זיך אויך איבערדרייען די קאַפּאָטע און אויך מאַכן פּורים אין גראָען אינדערװאָכן,

דאָס איז אַלצדינק פילאָזאָפּיע. אויף די אָפּגעריסענע און פאַרהאַ- וועטע לאָדזשער גאַסן, וואו יידן האָבן זיך האַסטיק אַרומגעדרײט װוי פאַר- שמאַיעטע מוראַשקעס, האָט מען אויך געקאָנט זען בלייכע יונגעלייט אין ברייטע צעקנייטשע קינסטלער-קאַפּעליושן און אין שװאַרצע צעפּלאָשעטע קראַװאַטן. זיי האָבן אויך פאַרשמייעטע געשפּאַנט צװישן די יידן. נאָר אָנשטאָט וועגן סחורות און וועקסלען האָט מען געהערט פון זייערע מיילער גרויסע פּלענער וועגן קונסט, הויכע האָפּערדיקע טערמינען ועגן דיכ- טונג, מאַלערײ און מוזיק. אויך דאָס זיינען געוען לאָדזשער יידישע דאָן- קיכאָטן װאָס האָבן געגלויבט אַו מיט זייערע דאַרע פינגער װעלן זיי אַראָפּ- ציען אַלע זונען און אַלע שטערן פון די הימלען און איבערקערן אַלע וועלטן מיטן פּיטום אויף אַרוף. פונקט װי די לאָדזשער סוחרים האָבן זיך נישט באַגנוגנט מיט קיין קלייניקייטן רק געהאַלטן אַלע װעלט- מרחקים ביי זיך אין קעשענע, אַזױ זיינען אויך די לאָדזשער קינסטלער געגאַנגען אויפן וועג פון גרויסער טאַט, פון גרויסן עקספּערימענט און זיך געלאָזט מיט די קלענסטע שיפלעך אויף די אומענדלעכע װאַסערן פון דער פאַנטאַזיע, כדי צו אַנטדעקן דאָרט דאָס אַמעריקע פון דער קונסט, צווישן לאָדזשער יידן האָבן נישט געפעלט קיין קאָלאָמבוסעס. זיי האָבן זיכער נישט געפעלט צוישן לאָדזשער קינסטלער,

דאָס האָפערדיקסטע מנחם-מענדעלישע פּאָרל צװישן די יידישע קינסטלער אין לאָדזש זיינען געווען דער מאָלער איטשל ברוינער און דער מוזיקער לוי זונטיק. מ'האָט זיי כמעט שטענדיק געזען צװאַמען האַסטיק שפּאַנען אויף די לאָדושער גאַסן. זיי האָבן געשפּאַנט גלייך וי זי װאָלטן זיך געאיילט צו מי-יודע װאָסערע געװאַלדיקע געשעפטן, איטשל ברוינער האָט כמעט תמיד געטראָגן דעם קאָלנער פון זיין פּאַלטן אַן אויפגעשטעלטן, ער איז געװוען בלאַס פון אַן אײביקער אינערלעכער אויפרעגונג. ער איז געווען דער העכערער. לוי זונטיק איז געווען פיל

פּוילן 181 נידעריקערער פון אים. דערפאַר האָט ער געטראָגן לאַנגע בלאָנדע האָר, אַ ברייטן קינסטלער-קאַפּעליוש און ער האָט געקוקט אַרום זיך מיט אַ בייזן שאַרפן ביטול. זיי זיינען געגאַנגען און תמיד פאַרטאָן געווען אין די גאָלדענע און זוניקע פאַנטאַזיעס פון גרויסע פּלענער. טײלמאָל שפּעט אין דער נאַכט, לאָדזש איז שוין געשלאָפן נאָכן שווערן פאַרהאַװעטן טאָג, די לאָדזשער גאַסן האָבן אויסגעקוקט צו ליגן אין אַ קוים-באַלױכטענער אומהיימלעכער שטילקייט, די לאָדזשער שטיינער אַפילן האָבן אויסגעקוקט צו שלאָפן, אויך אין דער דאָזיקער טונקעלער גאַסן-שטילקײט -- און אָפטמאָל טיף אין דער נאַכט -- האָט מען געקאָנט טרעפן שפּאַנען צוזאַי מען איטשל ברוינערן מיט לוי זונטיקן. זיי האָבן געשפּאַנט מיט דער האַסטיקײט גלייך וי אין לאָדזש װאָלט איצט גראָד געווען דער העלסטער טאָג און די גאַסן זיינען אָנגעפּראָפּט מיט יידן. איטשל און לוי זיינען אין לאָדזש געווען מחוץ פון טאָג און נאַכט. זיי זיינען תמיד פול געווען מיט דער עקזאַלטירטקײט פון זייערע שמועסן און זייערע פּלענער. איטשל האָט גע- רעדט וועגן די בילדער װאָס ער דאַרף מאָלן, און גערעדט האָט ער דווקא פון גראַנדיעזע און סימבאָלישע מאַסן-סצענעס װאָס אין לאָדזש איז גאָרנישט פאַראַן געווען אַזאַ גרויסע לייוונט און אַזאַ גרויסע װאַנט װאָס זאָל זי פאַר- נעמען, נאָר נישקשה, איטשל ברוינער האָט זיך נישט אָפּגעשראָקן פון קיין שום שוועריקייט. ער איז געווען אַ לאָדזשער --- און די גרעסטע מעגלעכ- קייט איז פאַר אים געווען די אוממעגלעכקייט. ער איז ביי זיך זיכער געווען װי דער טאָג, אַז היינט צי מאָרגן װעט ביי אים אָנקלאַפּן דער מעצענאַט, װאָס װעט זיך בלוטיק פאַראינטערעסירן מיט זיינע, איטשל ברוינערס, קינסטלערישע פּלענער. געוויס װעט דער מעצענאַט נישט זיין אַבי אַ ייד, נייערט אַ מולטי-מיליאַרדער, װאָס וואוינט אין פּאַלאַצן און שווימט אין געװאַלדיקסטן עשרות. ער װעט אים שוין, ברוינערן, נעמען צו זיך, אויסבויען די געװאַלדיקע אַטעליע מיט די מאָנומענטאַלע ווענט, װאָס זאָל קאָנען פאַרנעמען איטשלס מאָלערישע וויזיעס. ער װעט איטש- לען אָפּשיטן מיט גאָלד און מיט די שענסטע ווייבער --- און ער, איטשל, װעט ערשט דאַן קאָנען פאַרקאַטשען די אַרבעל, נעמען דעם פּענזל אין דער האַנט, מאַכן די גרויסע רעװאָלוציע אין דער מאָלערײ, איבערדרייען אַלצדינק מיטן קאָפּ אַראָפּ און מיט די פיס אַרױף און אויסגיסן אויף די געװאַלדיקע לייוונטן אָט די אַלע פאַנטאַזיעס און דמיונות, װאָס קאָכן אין

189 ו, י. טרונק אים וי אין אַ וואילקאַן, די גאַנצע וועלט, אַפילו פּאַריז אַלין, װעט פאַר אים אַראָפּנעמען דאָס היטל און מודה זיין, אַז אַזעלכעס האָבן זיי נאָך נישט געזען.

אַזױ האָט איטשל ברוינער זיך עקזאַלטירט פאַר זיין פריינט לױי- זונטיק אינמיטן די לאָדזשער גאַסן. ער איז אַלץ כסדר געגאַנגען אָנגעטאָן אין זיין פּאַלטן מיט אויפגעשטעלטן קאָלנער און דאָס בלאַסע פּנים האָט אים טיילמאָל פּלוצעם אָנגעהויבן צו פלאַמען פון אינערלעכער באַגײס- טערונג, לוי זונטיק האָט געהערט, אַ שאַרפן קוק געטאָן מיט ביטול, און אויך ער האָט פאַר איטשלען גערעדט פון זיינע פּלענער. ער האָט גערעדט ביטער און ברוטאַל, און דערביי צוגעמישט אַ סך לאָדזשער פאָלקסטימ- לעכן און סוחרישן דיבור,

כמעט אַלע מוזיקער אין דער װעלט האָט ער מבטל געוען און זי אָנגערופן מיט גראָבע צונעמענישן. סיידן אָט-אָדדער בעטהאָווען אַלין איז געווען ניש-קשה פון עפּעס רעכטס. נאָר אַפילו בעטהאָווען האָט ערשט געהאַלטן ביים סאַמע אָנהייב. עס איז קיין וואונדער נישט ווען מען געפינט זיך אין אַ וועלט פון סאַמע קאַליקעס. לוי זונטיק האָט אַרומגעטראָגן אין זיין נשמה די גרעסטע און קאָמפּליצירטסטע סימפאָניעס און זיי האָבן אים געשאַלט אין די אויערן אינמיטן פון די לאָדזשער גאַסן, אויך ער האָט זיך געזען אַ טריט פאַר דעם געװאַלדיקסטן דערפאָלג, ווען די װועלט װעט בלייבן שטיין פאַר אים מיטן היטל אין דער האַנט. איטשל ברוינער האָט אויפריכטיק מסכים געווען צו לוי זונטיקס פּלענער, אַקוראַט װוי לוי זונטיק האָט מסכים געווען צו די פּלענער פון איטשל ברוינער. די הימלען איבער זיי זיינען בײיטאָג געווען פאַרקאָפּטשעט מיט לאָדזשער רויך און אַרום זיי האָבן געהאַװעט מחנות פון לאָדזשער יידן. ביײנאַכט האָבן געשויגן די מויערן. די גאַסן-לאַמטערנעס האָבן געפלאַקערט אין דער טונקעלער גאַסן-אײנזאַמקײט, אויבן האָט געשפּאַצירט די לבנה און באַלױכטן דאָס | שלאָפנדיקע לאָדזש װוי מיט אַ ווייסן כישוף. די צוויי יידישע דאָן-קישאָטן פון דער קונסט האָבן געשאָקלט מיט זייערע מלכותן.

מען מוז צוגעבן -- און דאָס געהער אויך צו די לאָדזשער קאַפּויער- דיקייטן : -- הגם איטשל ברוינער און לוי זונטיק זיינען געווען די גרעסטע קינסטלער-באָהעמעס פון לאָדזש, פונדעסטוועגן האָבן זיי גאָר געשטאַמט

פּוולן 1859 פון נגידישע משפּחות. איטשלס פאָטער -- אַ שיינער באַלעבאַטישער ייד מיט אַ גראָער הדרותדיקער באָרד, איז געווען אַ פאַבריקאַנט. לוי זונטיקס פאָטער איז געוען אַ הויז'באַזיצער. אויסערלעך אָבער האָט עס גאָר אויסגעקוקט, אַז אונדזערע צוויי ריטער זיינען אײיביק הונגעריק, האָבן נישט קיין דאַך איבערן קאָפּ אוֹן קיין בעט וואוהין דעם קאָפּ אַװעקצולײגן,

קאַפּיטל דריי און צװואַנציק

אונטער די לאַמטערנעס. דער קיניג אין די לאָ- דזשער פינצטערנישן סאָקראַטעס צווישן דער באַלו- טער אונטערוועלט. אַ וועלט אָן אַ גאָט. חיים ואָדניק שרייבט בריוועלעך. די יידישע ליטעראַטור און די זינדיקסטע מענטען. אויפן בוידעם. חיים װואָדניק טוט אָפּ דעס רבונו של עולם אויף טערקיש.

הגם עס האָט אויסגעקוקט, אַז די לאָדוזשער גאַסן ביינאַכט זיינען פאַרנומען מיט די צוויי קיניגן פון דער פאַנטאַזיע, איטשל ברוינער און לוי זונטיק, -- אָבעױ אויף